בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 10:17 am
דורך ישמעאל הכהן
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט

בעפאר מיר האבן געהאט קעגן זיי האבן זיי קודם געהאט עפעס קעגן אונז..

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:42 am
דורך shem-tov
תם כהאב נאך נישט געזעהן אזא היפאקראטישקייט אין מיין לעבן ווי דער וועב זייטל הנקרא איבל"ט . יא סדא דארטן צו ליינען אסאך גוטע באשרייבונגען איבערהויפט אלטע. אבער ווען ער הייבט אן צו זיין פרום כאפט עס א גרויל עד דכדוכה של נפש. ער ליגט אינעם שמאלץ טאפ פונען השחתה די אינטערנעט און ער שפילט פרום. חוץ וואס רוב טעגליכע שרייבער מאכן זיך ווי גלייך זיי זענען עפעס אזוי צוריקגעשטאנען און קינדעריש איין שטיק שקר און צביעות. בקיצור עס איבעל"ט. משא"כ דא אויף ק"ש זעמער אויטענטיש און צו דער זאך א ערליכע פארום וואס פירט זיך דורך נארמאלע מענטשן אן קיין פאלטשקייט און אן קיין פלאטשיקייט. און דאס איז אונזער שטארקייט. ואידך זיל גמור

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:00 pm
דורך ישראל קאפקע
איך זע נישט וואס די געברויך אראפצורייסן אייוועלט נאכאנאנד.

אמת קאווע שטיבל איז אויף א פיל העכערן ניווא, אבער דאס כסדר'דיגע אוועקמאכן אייוועלט נידערט נאר אונזער קוואליטעט.

אמת זיי זענען 'פרום', צומאל געשפילט, אבער די עצם געדאנק פון אן אויסגעהאלטענע (לויט זייער פארשטאנד און סטאנדארט) זייטל אויפן 'טמא'נעם' אינטערנעט איז כלל נישט היפאקריטיש. אידן זענען אויפן געוועב, דאס איז די מציאות, אן אוטלעט פאר אינגעלייט, אפי' פארפרומטע איז די פארשטענדליכע זאך.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:09 pm
דורך shem-tov
* זייט נישט קיין עניו, לייגט ווען אימער צו א תגובה אפילו איר האלט אז אייער צוגאבע איז פילייכט נישט אזוי אינטערסאנט. 


* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע. 

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:22 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
סאשי פיש האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......


ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?

זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...


וואס הייסט צירוק גיין ווען למעשה בין איך קיינמאל קיין שרייבער נישט דארט געוועהן
נאר געזעהן דא ווי מען האקט אויף זיי האב איך נאכגעקוקט דארטן פארשטיי איך נישט דער רודעריי אקעגן זיי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:33 am
דורך Telegram
@התם ער שרייבט נישט אז דו זאלט 'צוריק' גיין, ליין איבער. אין אזא פאל זאגט מען אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היט..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:42 am
דורך ברעט מענינג
פארוואס פארפירסטו אויף איי-וועלט ווען דו אליין שרייב'סט דארט??
(יעצט קום מיר נישט פארקויפן אז דו שרייב'סט נישט דארט!!)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:13 pm
דורך איש את רעהו
נישט זיך שלאגען ! מען וועט מיזען רופן די מנהלים פון אייוועל"ט"