בלאט 3 פון 3

Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 3:13 pm
דורך תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי די קשיא פונעם פותח האשכול פון וואו די אטעאיסטן נעמען די זיכערקייט אז ס'נישט דא קיין גאט מיין איך אז די עיקר קלעים פון אטעאיזם איז אז רעליגיע איז א סכנה פאר די מענטשהייט און ברענגט אן מער חורבנות ווי גוטס, די קלעים אז ס'נישט דא קיין גאט איז שוין מער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
איך וואלט געזאגט אז דער חילוק צווישן אגנאסטיקן און אטעאיסטן איז מער א פסיכולאגישער, דער אטעאיסט זוכט מער סערטענטי (וודאות בלע''ז) און איז ווייניגער באקוועם מיט אן אפענער ארגומענט.

בנוגע די ראציאנאל דערפון מיין איך אז דער אטעאיסט מיינט פשוט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז ס'איז דא, און דעריבער אפילו ס'איז דא אזא מעגליכקייט (דהיינו אז ס'עקזיסטירט זאכן וואס מיר האבן נישט קיין שום סיבה צו טראכטן אז זיי עקזיסטירן און מיר קענען נישט פארשטיין זייער עקזיסטענץ), דאך לשיטתם קומט אפיר פונעם אגנאסטיק, כאילו ס'איז עפעס ענליך צו א ספק השוה, און כאילו ער איז סה''כ נישט ''אינגאנצן איבערצייגט'' אין די ראצינאלע הוכחות פאר טעאיזם, און דעריבער געט ער עס א ספק. וואס דאס איז נישט ריכטיג לשיטת האטעאיסט וואס לשיטתו איז דא ''קיין'' לאגיק/הוכחה וואס פירט אהין..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 5:12 pm
דורך מי אני
דר. ריטשערד דאווקינס שטעלט אראפ א ספּעקטרום פון 7 שטאפלען בנוגע פראבעביליטי/זיכערקייט אין גלויבונג לגבי טעאיזם, אויף א סקעיל פון 100%-0%:

1). ״שטארקע״ טעאיסט - דער וואס איז 100% זיכער אין דאס עקזיסטענץ פון ג-ט.

2). ״דע פעקטאָ״ טעאיסט - נישט ״100%״ זיכער אבער דאך זייער זיכער; א הויכע פּערצענט זיכערקייט.

3). נוטה צו טעאיזם - העכער ווי 50%, אבער נישט קיין סאך העכער [א פארעם פון אן אגנאסטיק טעאיסט].

4). לגמרי לא לכאן ולא לכאן - פונקט 50%; ער האלט ס׳איז פונקט אזוי יתכן ווי נישט [אן אגנאסטיק].

5). נוטה צו אטעאיזם - ווייניגער ווי 50%, אבער נישט קיין סאך ווייניגער [א פארעם פון אן אגנאסטיק אטעאיסט].

6). ״דע פעקטאָ״ אטעאיסט - נישט זיכער אויף נישט אז ס׳איז ״0%״ אבער דאך זייער זיכער אויף נישט; א קליינע פּערצענט אויף איר מעגליכקייט.

7). ״שטארקע״ אטעאיסט - דער וואס איז זיכער אז דאס מעגליכקייט פון ג-ט׳ס עקזיסטענץ איז 0%.

דאווקינס אין זיין בוך רעכענט זיך אויפ׳ן זעקסטן שטאפל (הגם ער האט געזאגט שפעטער אז ער איז זייער נאנט צום זיבעטן שטאפל). ער טענה׳ט אויך אז ביי רעליגיע שטעלט זיך עס אויס (אלס דאס אמונה גופא זייענדיג א מצוה וחיוב וכדומה) אז טעאיסטן זענען אויפ׳ן ערשטן שטאפל, משא״כ רוב אטעאיסטן זענען נישט אויפ׳ן זיבעטן שטאפל לעומתה נאר אויפ׳ן זעקסטן שטאפל.

Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 5:38 pm
דורך תוהו ובוהו
סאו דער וואס געפינט זיך אויף 6 רופט זיך אן אטעאיסט, לאפוקי דער 4 און 5 וואס מאכן עס פאר א לייטישן ספק.

ווידער דער 7 איז בערך אזוי אראגאנט ווי דער 1

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 5:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'מיין אז אינעם עולם האמת זענען 99 פראצענט מענטשן ביי נאמבער זעקס, אינעם עולם הבלאפעריי איז עס צוטיילט צווישן די איבעריגע זעקס.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:12 pm
דורך הוגה
[justify]
תוהו ובוהו האט געשריבן:ווידער דער 7 איז בערך אזוי אראגאנט ווי דער 1


אין מיין ארימע מיינונג מוז מען האבן עפעס א שטארקע פערזענליכע עקספיריענס צו זיין אן איינסער אדער זיבנער. דער איינסער איז 100 פראצענט זיכער אז ס'דא א גאט ווייל ער האט עקספיריענסד גאט. און דער זיבנער האט עקספיריענסד godlessness אויף א שטארקע פארנעם. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל כ'האב עס קיינמאל נישט עקספיריענסד אבער אזוי פארשטיי איך מיט מיין שכל.


.[/justify]

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב עקספיריענסט אז דו רעדסט נישט צום זאך...

Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:16 pm
דורך תוהו ובוהו
הוגה האט געשריבן:[justify]
תוהו ובוהו האט געשריבן:ווידער דער 7 איז בערך אזוי אראגאנט ווי דער 1


אין מיין ארימע מיינונג מוז מען האבן עפעס א שטארקע פערזענליכע עקספיריענס צו זיין אן איינסער אדער זיבנער. דער איינסער איז 100 פראצענט זיכער אז ס'דא א גאט ווייל ער האט עקספיריענסד גאט. און דער זיבנער האט עקספיריענסד godlessness אויף א שטארקע פארנעם. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל כ'האב עס קיינמאל נישט עקספיריענסד אבער אזוי פארשטיי איך מיט מיין שכל.


.[/justify]
זייער ריכטיג. אבער דאס איז פארשטייט זיך אינעם פסיכאלאגישן פעלד, כ'האב נאר געמיינט אז ראציאנאל איז דאס אראגאנט.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:17 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב עקספיריענסט אז דו רעדסט נישט צום זאך...


ווען איך טייל דאס ווען איין אין 7 שטאפלן וואלט איך נישט געזאגט אז דו ביזט אין די זיבעטער שטאפל, ווייל א זיבנער וואלט עקספיריענסד אז איך רעד צום 'נישט זאך'...

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דע פאקטא גערעדט איז עס די זעלבע זאך.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:48 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דע פאקטא גערעדט איז עס די זעלבע זאך.

פארוואס זאגסטו אזוי? איז עס נישט די חילוק צווישן אטעאיסט און אגנאסטיק?

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 6:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא יא, אבער למעשה גערעדט פרעג איך דיר אז דו האסט צוויי מענטשן איינער רעדט נישט צום זאך און דער צווייטער רעדט צום נישט זאך זענען נישט ביידע די זעלבע קוקו?

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:12 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, אבער למעשה גערעדט פרעג איך דיר אז דו האסט צוויי מענטשן איינער רעדט נישט צום זאך און דער צווייטער רעדט צום נישט זאך זענען נישט ביידע די זעלבע קוקו?

נאר דער א.ג. חכם, וואס האלט אויף זיך זעלבסט אז ער רעדט יא צום זאך, וועט אזוי האלטן. אבער די אנדערע צוויי וועלן האלטן אז דער חכם איז גאר דער קוקו דא.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער יא חכם אדער דער נישט נאר?

אפשר לויט דיר וועט דער חכם זיין דער בעל פלוגתא פון דער וואס רעדט צום נישט זאך און דער נישט נאר וועט זיין דער בעל פלוגתא פון דער וואס רעדט נישט צום זאך.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:22 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער יא חכם אדער דער נישט נאר?

בקיצור, א יעדער אין זיין וועלטל איז באמת נארמאל און די אנדערע זענען קוקו. אפילו דער אגנאסטיק וואס איז נישט זיכער אויב/ווער פון די אנדערע צוויי זענען גערעכט, האלט ער אבער אויך אז די אנדערע צוויי זענען קוקו, פארן זיי אזוי זיכער.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער אגנאסטיק האלט נישט אז דער עטאאיסט איז קוקו ווייל פראקטיש גערעדט איז דער עטאאיסט גערעכט, סיידן אויב ער האלט פון אמונות הכרחיות.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:30 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער אגנאסטיק האלט אז פראקטיש גערעדט איז דער עטאאיסט גערעכט, סיידן אויב ער האלט פון אמונות הכרחיות.

זייער דעבאטע איז דאך אבער נישט אויב ס'פראקטיש אדער נישט, נאר צו ס'באמת דא א גאט.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זעהט אויס אז מיר לעבן אויף צוויי אנדערע פלאנעטן.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:40 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זעהט אויס אז מיר לעבן אויף צוויי אנדערע פלאנעטן.

ביזט זיכער? איך בין נישט...

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויף די פלאנעט וואו איך דריי מיך האב איך נישט געזעהן קיין אגנאסטיק וואס האלט נישט פון אמונות הכרחיות זיך טענה'ן מיט אן עטאאיסט.

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:57 pm
דורך הוגה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויף די פלאנעט וואו איך דריי מיך האב איך נישט געזעהן קיין אגנאסטיק וואס האלט נישט פון אמונות הכרחיות זיך טענה'ן מיט אן עטאאיסט.

האסט נישט געליינט די לעצטע בלאט פון דער אשכול?

Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 8:02 pm
דורך תוהו ובוהו
גוט שבת אייך ביידע, לאטצמיך וויסן וואס איז געבליבן

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יוני 12, 2021 11:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז געבליבן אז הוגה האלט פון אמונות הכרחיות און רבינו הקדוש איז דערקעגן.