בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:28 pm
דורך petergrifin
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'גייט דארט רעדן די זעלבע זאכן, אבער עטליסט ס'וועט זיין איבער א גריל, אדער א מיטנאכט שווימן וואלי באל.


איך בין שוין מוחה נאך פאר דעס הוללות װערט ר״ל אפגעטוהן...

20140706_151932.jpg
20140706_151932.jpg (61.39 KiB) געזען געווארן 2522 מאל

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:לכבוד אשכול אויפוועקער
איך באגריס זייער דיין אויפוועקן אלטע אשכולות, פאר עטליכע סיבות,
קודם די אלטע אשכולות זענען געוועין מלא טעם, די חברה פינעם אמאל נישט אזוי לאנג ציריק, אפילו ביז אפילו איין יאר ציריק, זענען געוועין ריכטיגע חברה מיט וועימען מען האט געקענט מיט זיי צים טיש גיין, דעריבער יעדע עלטערע אשכול באזינדער ברעינגט מיר א נאסטאלדזיע צים אמאל.

היינט איז נאר דא נערישע אשכולות, ווי כוכב האט שוין ערוועינט, פאליטיק צימעס וואס האט איבער געגאסן און פארפלייצט דעים אויבן אן פון אקטיווע, עס ברעינגט מיר א איבל.

על כן קלער איך א פלאן, אז די זאלסט חוץ פון זיין א אשכולות אויפוועקער, זיי א ניק אויפוועקער, עס בעינקט זיך גאר שטארק צי זר זהב, איחוד פעלד, קאווע טרינקער, הוגה, ידען, לעיקוואד, אחד העם, פשוט קאמפלצירט, קיפערניקוס, לעמאן דזשאס, מאראנצען זאפט, ועוד וואס איך האב שוין אפילו פארגעסן, ווי זענען זיי, וועקט זיי אויף, שוין געניג הייברענירט. אפילו די וואס זענען דא, זענען מער נישט אויסן צי שרייבן, זיי האבן מחליט געוועין נאר צי מגיב זיין, און האלטן זייערע טאלאנטען פאר א אנדערע זמן, פארוואס זאל מען נישט הארן עפעס פון יאיר, יואב, ראשעקאל, עפעס שמעקעדיג, בן תמליון, וועקט אייך אויף, איידער עס איז צי שפעיט, לעצטענס געפין איך שוין אפילו איי וועלט אינטערעסאנטער, עס איז שוין באלט אויס וועלט.
איך וואלט געטעגט יעדען פשוט פאר ליידיגיין, יהא רעווא כאילו טעגני את הכל.

נו. און פארוואס ביסטו נישט מקיים דאס וואס ס'שטייט אין די גמרא אין מס' בבא מציעא."קריינא (נישט אוקריינא.) דאיגרתא, איהי ליהוי פרוונקא" איך קען עס איבערטייטשן אויף אידיש אדער אונגאריש, פאר וועים מ'דארף. כ'וויל שוין הערן עפעס א חידוש פון דיר. נישט נאר אז דו פליקסט מענטשן אין די אויערן... 8-) :lol: :roll: :P :oops: :cry: ;) :o

איי לי לו לי לו, איי לי לו לי לו

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 5:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V6m2dMUtC2U[/youtube]

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 6:08 pm
דורך כוכב
טויט איז נישט דאס ווארט
א בית החיים דער ארט
א שטילשוייגעניש
א שטימעניש
א נאדל פאלן הערן מ'קען
און ווי די פליגן זשומען
אויף די בערג און טאלן אנטלאפן
ביי די בארטנס און האפן
פור קארנערס, און מאנטעסעלא
נישטא צו וועמען צו זאגן העלא
:?

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 2:34 am
דורך יין שרף
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:56 am
דורך לאליפאפ
וויק ענד אין קראפט, רבותי די אשכולות שלאאאאאאפן.

Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:04 pm
דורך petergrifin
דער עולם יאגט אפ. איך פאר דורך די גאסן און מען זעהט איבעראל אויס געביגעלטע אינגעלייט מיט א רוהגקייט שלעפען פעק און זעק די קינדער זענען אווער עקסייטעד. מען האלט שוין צוויי שעה שפעטער און דער הנ"ל טיילט שוין אט אט נאסע פעטש. שרי נעם מושי ארויף אויבן מען פארט נישט פאר איעדער גייט אין בעסכיסע!!

שוין לאנטש ברעיק איז אווער צוריק צום ארבייט. פארטס אלע לחיים ולשלום ענד סטעי דער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:43 pm
דורך גנדי
איך שפאציר זיך דורך די גאסען. איך זעה ווי די עולם פאקט און שלעפט.

איך שמייכל צו מיר. ב"ה איך דארף נישט שלעפן ווייל איך גיי נישט אין קאנטרי.

גיי איך אריין אין די גדר פון "לאכען פון יענעמס צרות"?

Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

נשלח: זונטאג יוני 30, 2019 11:58 pm
דורך גראף
.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:07 pm
דורך גראף
It's depressing.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
שששששש......

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 2:03 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז גארנישט אזוי שששש שטיל אין מאנסי. די שטאט ווירבלט און לעבט (ב"ה) אויף ביידע באקן...!

ווען איך האב געוואוינט אין בארא פארק האביך געהאט די איינציגע ריוח פון א זומער וויקענד אז איך האב געהאט פלאץ צו פארקן מיין קאר בהרחבה אויך די 53'סטע גאס.. אפילו אין שכינות פון סאטמאר ביהמ"ד.

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 6:15 pm
דורך אלע צוזאמען
ס'א מחיה, וויליאמסבורג קוקט אויס ווי א מדבר שממה, קענסט אראפפארן 'ליע עוועניו' אין איין צי, פלאס נישט זעהן קיין מענטש פאר די אויגן.

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 6:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'א מחיה, וויליאמסבורג קוקט אויס ווי א מדבר שממה, קענסט אראפפארן 'ליע עוועניו' אין איין צי, פלאס נישט זעהן קיין מענטש פאר די אויגן.
די גוים זענען אויך געפארן אין קאנטרי??