בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:04 pm
דורך ונבנתה העיר
הרב קוק ווס. ניטשה.

א מאמר פון ר' דזעיסאן ראפאפארט פונעם יעיל קעמפוס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:38 am
דורך berlbalaguleh
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און אזוי האט דער אלמעכטיגער געזאגט צום גאלדענעם ערד עפל: מיין קינד און ער האט געזאגט איך בין גרייט: גיי גיי, אוועק פון דיין וואוינארט און געבורטפלאץ, דארט וואו די ווייסע פעפער שפראצן ווי זאלב אויפ'ן לייב וואס טראפן ביז די בארד: אין מיין ארבטייל צווישן די מויערן דארט וואו עס רינען די האניגן מיט מילך און בוימאייל: און ווען עס וועט צו דיר שפרעכן מיין געזאלבטער דער אויסדערוועלטער טיף דענקער זאלט איר שלינגען מיט דורשט ווי דער אונד ביי די קאלוזשע קוואלן: אין די טינקלקייטן וועט ער דיר באלייכטן ווען עס פאלן די שאטנס פון שטערן: ווי א בויגןשטראל ביים זון אויפגאנג וועט ער דיר ערקלערן די באדייט: און ווען איר וועט זיך וואונדערן וואס זענען די פארהוילעינשן פון די געזעצן זאלט איר וויסן אז ארויס פון דאס שטאט פון גרויס באזעצונג האב איך אייך פארשיקט צו ערקלערן מיינע באהאלטענישן: ווי פוירפל וואל אויף די עקן זאלט איר דאס פאררעכנען: און פארוואס זאלט איר לאכן פון דעם גערמאנישן איבערזעצונג מיט א גליסטעניש זאלט איר הארכן צו די וואס ערקלערן די רייד פון די געבאטן פון די רויטע קו:
אזוי האט גערעדט מאראנצןניטשה, און ברעכט אייך אלע קאפ צו וויסן וואס איך וויל.


:lol: :lol: :lol: :lol:

מאראנצן זאפט: דו ביסט גערעכט. מיט וואס זענען דיינע שטותים און אומלאגישע אבסורדן וועלכע קלעיבן נישט איין ווארט און פאראגראף צום צווייטן, ווייניגער חשוב און פאררעכנט, איבער וואס מ'דארף זיך ברעכן קאפ און אריינטייטשן אן אנדער'ן פשט דורך א יעדן וואס ליינט דאס. פון די געשרייבעכצער פון א מענטש וואס רופט זיך פילאזאף און האט סוף כל סוף פארלוירן זיין שכל אינגאנצן. ס'איז פונקט אזוי ווי מ'קוקט אויף אן אבסטראקטע פעינטינג. וואס א נארמאלער מענטש זעהט דארט נישט מער ווי קינדערישע פירקלערייען און גארנישט מיינונגסווערד. זאגן די אויבער חכמים אז די גרויסקייט פו די סארט פירקלערייען איז אז א יעדער קען דארט זעהן אנדערע זאכן. ס'ליגט קיין איין טראפ חכמה נישט אין די אלע ברויך-גרימענישן...!
נאר וואס פארשטייט דען א פראסטער פורמאן צו אזעלכע איידעלע און הויכע געדאנקען... :roll:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:50 am
דורך ישראל קאפקע
[quote="לעיקוואד"].
זאראטוסטרא, דער נביא מתבודד אין וועמנ'ס מויל ניטשה לייגט אריין די גאנצע ספר, איז די נאמען פון דער פרסישער נביא זורואסטער, דער גרינדער פון דער זוראסטרישער רעליגיע (וואס איז אגב געווען דער דאמינאנטער רעליגיע אין בבל בזמן התלמוד, און פילע מאמרי חז"ל אדער תקנות פון יענער תקופה זענען אין דירעקטער התייחסות צו זייערע שיטות און מנהגים),/quote]
קען איינער אפשר אויסשמועסן דעם פונקט, עס וואלט געווען מיין איך זייער אינטערעסאנט פארן עולם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:37 pm
דורך געפילטע פיש
כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם, אבער כ'זע אז א גוגל סוירטש פאר zoroastrianism influence on judaism ברענגט המון מיט חומר. אויב דענק איך גוט האט זיך שוין אנגעהויבן די השפעה בזמן חורבן בית ראשון, און דערפאר זעט מען אז הערשט ביין בית שני הויבט מען אן זען ווי די אידישע רעליגיע און אידישע פאלק הויבט אן קריגן א סטרוקטור, נישט סתם א גרופע פון צוועלף שבטים וואס זענען אונטערטעניגט אונזער צוויי מאנארכיעס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:03 pm
דורך יאיר
מאנכע זאגן אז די שטרענגע הלכות נדה, בפרט די ז' נקיים וואס איז, ווי די גמרא זאגט שוין, איינגעפירט געווארן דורכ'ן המון עם, איז באאיינפלוסט געווארן פון די זאראאסטרישע רעליגיע, וועלכע האבן געלייגט א שטארקער דגוש אויף טומאה וטהרה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם, אבער כ'זע אז א גוגל סוירטש פאר zoroastrianism influence on judaism ברענגט המון מיט חומר. אויב דענק איך גוט האט זיך שוין אנגעהויבן די השפעה בזמן חורבן בית ראשון

די השערה פון א Zoroastrianism השפעה אויף מקרא איז שוואכע מעשיות. וואס האט יא א באזיץ איז ווען ס'קומט צום תלמוד, דארט איז שוין יא דא גאנץ קלארע ליניעס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:מאנכע זאגן אז די שטרענגע הלכות נדה, בפרט די ז' נקיים וואס איז, ווי די גמרא זאגט שוין, איינגעפירט געווארן דורכ'ן המון עם, איז באאיינפלוסט געווארן פון די זאראאסטרישע רעליגיע, וועלכע האבן געלייגט א שטארקער דגוש אויף טומאה וטהרה.

איי הלכות נדה וטומאה וטהרה שטייט אין די תורה שבכתב?...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:55 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:מאנכע זאגן אז די שטרענגע הלכות נדה, בפרט די ז' נקיים וואס איז, ווי די גמרא זאגט שוין, איינגעפירט געווארן דורכ'ן המון עם, איז באאיינפלוסט געווארן פון די זאראאסטרישע רעליגיע, וועלכע האבן געלייגט א שטארקער דגוש אויף טומאה וטהרה.

איי הלכות נדה וטומאה וטהרה שטייט אין די תורה שבכתב?...!

ער רעדט פון דיני הרחקות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 7:33 pm
דורך טאמבל סאס
מרן ניטשע ז"ל אין די לעצטע טעג זיינע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Fzp7iCaWNvE[/youtube]

Re: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:57 pm
דורך טאמבל סאס
הוגה האט געשריבן:איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.

פארוואס איז ער אזוי משבח דאס ארימקייט און נארישקייט?

איך האב פארשטאנען אדער דער זאראטוסטרא מאכט אוועק אין דער זלזול וואס די קלוגע האבן צו די נערנים לאמר איגנאראנץ איז א בליס - כאילו חכמה איז א אולטימעט וועליו. אדרבא, עמברעיס די ערדישקייט. עס פעלט זיי גארנישט; זיי זענען נישט ארים. און די ארימע ממש זענען גארנישט גרעסערע נצרכים ווי די רייכע.
פון דער גייסטליכער זקן לאכט ער אפ און זאגט, מאכסטיך עפעס אויסגעארבעט, אז דו טיילסט צדקה אפילו און דוקא ווייל דו ביסט ארים ווי ס'זאל ווען זיין א מעלה אנטקעגן די רייכע וואס געבן נישט אדער פארוועמען ס'איז נישט קיין מעלה דאס געבן. זאגט זאראטוסטרא, אפילו איך, וואס כהאב 'טאקע' גארנישט, איז צדקה קיין שום מעלה נישט ווייל דער ארימער וואס געט יא איז עס ווייל ער איז אזוי ארים דאס ער פארשטייט בכלל נישט וואס געלט איז. במילא איז עס ממה נפשך קיין מעלה נישט (מ'זאל עס רופן צדקה אין רעליגעיזן סענס). מאכט סענס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 8:32 pm
דורך טאמבל סאס
יעצט טראכט איך, ער מיינט צוזאגן פשוטער, אז צו געבן צדקה דארף מען פארשטיין די צער פון עמיצער וואס האט נישט און אנקוקן צדקה ווי א חשיבות. ווי למשל איינער וואס האט גע/שפירט די ענייות אויף די אייגענע הויט. ווי די וועלט זאגט, ארימעלייט גיבן מער ווי עשירים. איך פארשטיי נישט די צער; איך זעה נישט דערין קיין ווירטשו, זאגט ניטשע.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 8:33 pm
דורך טאמבל סאס
אן אינטרעסאנטער בראדקאסט וועגן דער פילעזאף אויף די BBC
http://www.bbc.co.uk/programmes/b00763z8

Sent from my SM-G903F using Tapatalk