בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב מאטי!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:20 am
דורך שמעקעדיג
ראובן!!!!!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] איך פיל פאר א כבוד מיטן דיר צוטיילן דיין

[center]דריי טויזענסטע לייק[/center]
וואס די האסט זיך ערליך פארדינט, זאלסטו זוכה זיין צו כפלי כפליים ועוד יותר און אייגענטליך דורך אזוי וועלן מיר נאשן נאך פון דיין רייכע פעדער וואס איז א זעלטענהייט "בהאי עלמא". כה לחי משזר

ייש"כ פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 11:00 am
דורך יודישע שרייבער
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

חברים, [tag]שעפטל[/tag] רוקט זיך מער און מער פראנויס! יאפ, ער האלט שוין ביי 3,000 לייקס!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 3:38 pm
דורך געוואלדיג
ברוך ה' איך האב היינט זוכה געווען צו געבן מיין 3000 כ"י,
און כאן המקום להודות פאר אלע חשוב'ע חברים וואס שרייבן אזעלע דברי טעם כסדר און זיי זענען מהנה יעדן איינעם ואני בתוכם.

נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 3:49 pm
דורך געוואלדיג
5 חדשים צוריק האב איך זוכה געווען צו געבן מיין 3000 לייק, און יעצט 5 חדשים שפעטער זכיתי צו באקומען מיין 3000 לאות פון מהנה זיין דעם קהל לכה"פ 3000, ויה"ר שכה יתן ה' להלאה.

Re: מזל טוב 3000 לייקס

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 3:31 pm
דורך קל וחומר
ונתנו גייט אהין און צוריק...

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 11:30 pm
דורך שמעקעדיג
@וועטער באריכט!!
כה יתן וכה יוסיף.

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
שפאנט זיך אזוי אין די טונקעלע נאכט שעות א קינד, טאקע א קליינטשיקס אבער דאך א געוואגטער.

בראוו ווי דער נפשות מאכער און פלינק ווי יוסעלע סלוצקער, אן א שארך האב איך זיך אריבער געשלייכט נאך א מייל-שטיין צו די בלישקעדיגע אויגן פון די קעצלעך, שטילע ברומענישן פון די הויכע-בלעטל-באבערדלטע ביימער, צום מאטן לבנה וואס בליקט ארויס פון אירע פאכענע קאלדרעס, און צו די סתום פארהאקטע פענימער פון די גרויסע מייל-שטיינער...

[center]יעס געוואגטער יו דיד איט אגעין.[/center][center]דריי טויזענט לייקס ! ! ! [/center]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:55 pm
דורך שמן למאור
אז קיינער האט נישט באמערקט אז איך בין אריבער דעם 3,000'סטע לייק, מוז איך זיך בלית ברירה אליין קלאפן אין ריקן...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 1:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'נעם דיך ארויס פאר א אייזקריעם אדער א סטארבאקס..

Re: מזל טוב 3000 לייקס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 1:14 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כ'קום מיט, ערנסט.
כ'העמיר משתתף זיין מיט די הוצאות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 1:46 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'נעם דיך ארויס פאר א אייזקריעם אדער א סטארבאקס..
נעע.. כ'האב שוין געמיינט אז די וועסט מיר אפפערן מער א אפפער קלעס זאך... סתם א אייזקריעם אדער א סטארבאקס...!?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 1:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בקטן החל... לאמיר זיך קודם טרעפן ביים אייזקריעם סטאר און פון דארט וועלן מיר מעלה זיין בקודש, אפשר צו פייערסייד, אדער צו אנאנדערע שיינעם רעסטוראנט, ספעציעל יעצט אז @צוזאמגעדרייט האט זיך אנגעטראגן צו משתתף זיין מיט די הוצאות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 1:57 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בקטן החל... לאמיר זיך קודם טרעפן ביים אייזקריעם סטאר
קאנטאקט מיר אין אישי...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 4:11 pm
דורך קהל'ס נער
עצי קים קיין מאנסי איך ערעינג' דיר א שיינע לייק-פארטי, מיט לפחות 4 לייוו ניקים, ביסט אין פאר די טשעלענדזש?

(איך האב נאך נישט אויסגעפיגרט וויאזוי מען גייט אריין שטיפען 3000 ליכט אין די קעיק.....)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:09 pm
דורך שמעקעדיג
עצי שטים האט געשריבן:נעע.. כהאב שוין געמיינט אז די וועסט מיר אפפערן מער א אפפער קלעס זאך... סתם א אייזקריעם אדער א סטארבאקס...!?
וואס פארשטייסטו נישט, דאס וועט נאכקומען ביי די 5,000 לייקס...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 7:39 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי קים קיין מאנסי איך ערעינג' דיר א שיינע לייק-פארטי, מיט לפחות 4 לייוו ניקים, ביסט אין פאר די טשעלענדזש?

(איך האב נאך נישט אויסגעפיגרט וויאזוי מען גייט אריין שטיפען 3000 ליכט אין די קעיק.....)
ס'דא brownie קעיק'ס וואס קענען האלטן אין זיך אסאך ליכט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 7:54 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ענדערש בראוני ווי געלע ספאנדזש קעיק וואס דער שמש גיבט ביים ברית איידער מ'שניידט אראפ דעם ערלה פונעם רך הנימול??

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 8:05 pm
דורך וואלווי
נעה. כ'האב טראומא פון יענע קעיק....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 8:11 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פארמאגסט א גוטן זכרון! דו געדענקס נאך ווי דער מוהל מיט'ן גרויסן בארד איז געווען איבערגעבויגן איבער דיין פריש געבוירענעם אות ברית קודש מיט א שארפע מעסער און געמאכט דעם על המילה מיט איין אטעם?! פשיהא!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 8:25 pm
דורך וואלווי
ענטפערן דא אדער אין אישי...?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 10:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:ענטפערן דא אדער אין אישי...?
דא איז פיין! אדרבה וואו איז נאך בעסער וואו דא אינעם שטיבל אינעם חדר הקאפע אינעם הייליגן שטיבל!!