בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 3:44 pm
דורך נחום כץ
בדחן האט געשריבן:איך האלט נישט אז עס דא די פלאטץ דא צו גיין פערזענליך קעגן קיינעם, און וויבאלד ניקים ריפען זיך דא מיט עכטע נעמען איז עס געווארען זייער א פערזענליכע פייט, איך האב געפענט די אשכול צו רעדן באופן כללי, אבער וויבאלד עס איז געווארען זייער פערזענליך וואלט איך געוואלט בעטן די הנהלה אז זיי זאלן עס אפשפארען און אוועקפירען.
מ'דארף נישט גארנישט פארשפארן, עס זאלן אלע שרייבער (אלע לאו דוקא) האמערן געגן מיר, וועל איך מיר אויך היבש ווייניג צעקראצן. איך נעם עס נישט אן א פערזענליכע פייט.
די איינציגסטע אמת'ע נעמען דא זענען מיינע און שלום דין, און כ'גלייב אז אים באדערט עס אויך גאר ווינציג. זאל ער מיר פאררעכטן אויב נישט.
פארקערט, צומאל איז עס א פרייליכער אמיוזמענט, און אמאל אפילו א טראגי קאמישע רחמנות. אבער ס'איז גוט זיך אויסצוגעבן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארצן.
ווי אויך איז פאר מיר וויכטיג צוהערן פון איבעראל, יעדעמ'ס מיינונג, און נאכדעם טאן וואס איז דאס בעסטע פאר מיר. די חכמה ליגן דאך ביי די תורה לערנער. מ'דארף שטענדיג זיין גרייט צוהערן.
די גבאים וועלן זיכער פארשטיין וואס איז ס'ריכטיגסטע צו טאן.
אני לכשעצמי וואלט נישט אוועקגעלאפן פון א דרשה, אדער קאנפיסקירט די רעקארדינגס, אויב צעהיס איך מיר אדער צערינט זיך מיר די נאז אינמיטן, אדער אפ' אויב איינער פרעגט מיר גוט אריין אין די דרשה.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:00 pm
דורך בן תמליון
נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן. איך האב א געפיל אויף א ניק אז דאס ביזטו געווען אבער נישט אויף 100% זיכער.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:20 pm
דורך קאווע טרינקער
בן תמליון האט געשריבן:נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן. איך האב א געפיל אויף א ניק אז דאס ביזטו געווען אבער נישט אויף 100% זיכער.
נ'יין, נ'חום, נ'אך נ'ישט.
[tag]בן תמליון[/tag], אויב נחום איז מסכים, מאך א רשימה פון 10 ניקים, לייג אריין צווישען זיי די ניק וואס איר זענט חושש אויף. לאמיר זעהן צו מ'קען דערגיין ווער נחום איז.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:25 pm
דורך שרייבער
בן תמליון האט געשריבן:נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:53 pm
דורך נחום כץ
איך בין נישט שטאלץ מיט די שטותים וואס כ'האב געמאכט אלס קליין קינד. כ'זע נישט וואסערע נוצן ס'וועט ארויסקומען פון דיין פארשטיין 'מיין' מהלך המחשבה ביז היינט.
ליבערשט פארשטיי דיין מהלך המחשבה, כדי זאלסט זיך נישט שעמען דערמיט אפאר יאר ארום. שלא ייביישו את זקנותינו.
לאמיך הערן, וואס פונקטליך ווילסטו וויסן? אויב כ'האב ליב געהאט א גוט שטיקל ניבול פה? אויב כ'האב גערעדט אסאך שטותים? צי כ'האב געהאט תאוות? צי איך האב געטוהן אין השקפה? ווי שטארק כ'האב געהאקט אויף די סיסטעם?
פיין! כ'קען דיר שוין זאגן. איך בין די זעלבע בעל תאווה ווי דיר, אויב נישט מער! איך בין א מענטש ווי אלע מענטשן. איך בין נישט דער מרפסין איגרא, אבער איך בין לאקי אז כ'האב די ביצים זיך אנצופייפן אויף די גאנצע וועלט (?) סארי, באקס!
טראכטן, ביז וואו מיין מח קען טראכטן, באטראכטן די זאך לויט 'מיינע' ערפארונגען, [זען אויב איך וועל זיין צופרידן פון בלייבן לעבן פארשטעלטערהייט, (און גיין ארום די באנגעלאוי קאלעניס...)] און נאכדעם זעהן מי ומי ההולכים. די איבריגע זאלן גיין קלאפן הושענות מיט 'זייערע' קינדער.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:27 pm
דורך בן תמליון
בקיצור ביזט נישט אזוי מעכטיק צו אויסזאגן דיין ניק חאטש האסט די ביצים זיך אנצופייפן אויף די גאנצע וועלט, אנטשולדיקט ר' נחום איך בין בכלל נישט אימפרעסט מיט דעם וועג ווי דו פירסט דא דעם רעדל. ענטפערסט נישט אויף וואס מען רעדט, פארדרייסט דעם שמועס צו קליינקעפיקייטיקע אויסברוכן. ווער דא אין שטיבל האלט מיט מיר גענוג מיט דעם נחום זשאוק און לאמיר צוריק גיין צום געהעריגן סדר היום?
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:33 pm
דורך מ. גליקמאן
עגרי.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:37 pm
דורך אבגד
מ. גליקמאן האט געשריבן:עגרי.
מי טא!!
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:43 pm
דורך הוגה
א שיינע holdup. אדער זאגסטו דיין ניק אז נישט פליסטו פון דאנעט?S o typical.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:48 pm
דורך מ. גליקמאן
יעדער פארשטייט וואס ער מיינט, זאגן זיין ניק האט גארנישט צוטין מיטן בעטן מען זאל סטאפן רעדן פון איהם, אידער-וועי זאל מען סטאפן.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:52 pm
דורך הוגה
מיר זעהט עס יא אויס אז עס איז תלוי זה בזה. אבער אז דו זאגסט אז נישט....
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:07 pm
דורך יונגערמאנטשיק
איך ווייס נחום'ס ניק, (איך גיי דאס נישט ארויסגעבן אן רשות) און טאקע פארדעם איז מיין שאק גאר גרויס.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:29 pm
דורך לעיקוואד
פליז, קינדער, נישט זיך קריגען.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:35 pm
דורך יונגערמאנטשיק
יא טאטי, וואס האסטו געזאגט?
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:42 pm
דורך לעיקוואד
אז עס איז נישט שיין זיך אויפציפירען אזוי צו א חבר, אפילו אויב ער האט משנה געווען שמו וניקו ומלבושו.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:54 pm
דורך לאליפאפ
בעניית דעתי זאל מען לאזן דעם אשכול אזוי, ווייל דער ענין איז יעצט הייס אין די נייעס, יעדער וויל רעדן דערפון און ס׳האט נישט קיין פשט אז ווען דער בעל מעשה קומט מיט זיין אייגענעם נאמען, אויסשמועסן זיין אייגענע בויך וויי, און לעכערן זיין אייגענעם גארבעדזש בעג, זאל מען צושפארן די אשכולות און לאזן דעם נושא זוכן אן אכסני׳ אין הקדש.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:57 pm
דורך יונגערמאנטשיק
לעיקוואד האט געשריבן:אז עס איז נישט שיין זיך אויפציפירען אזוי צו א חבר, אפילו אויב ער האט משנה געווען שמו וניקו ומלבושו.
איך הער וואס דו זאגסט. דאס וואלט געווען גוט ווען ער שרייבט נישט פארקערט. זינט ער גייט ארום שרייבן כאילו מ'בא'עוול'ט אים, וויל איך ער זאל וויסן אז איך האלט אנדערש, איך האלט אז ער האט בא'עוול'ט אנדערע, נישט פארקערט.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:01 pm
דורך לעיקוואד
@לאליפאפ
שוין לאנג וואס איך ווייס אז מען טראכט אזוי, אבער דאס איז די ערשטער מאל וואס איינער האט די גאטס עס אזוי ארויסצוזאגען.
"מיר ווילען גאסיפען ארום דיר, ביטע גייט אוועק, איר שטערט אונז זאלן געשמאק מרכל זיין אויף אייך , בפרט אז איר קענט נאך קומען און מכחיש זיין די שיינע מעשה'לאך וואס מיר ווילען דערציילען ארום דיר"
@יונגערמאנטשיק
פון מענטשליכקייט האסטו שוין אמאל געהערט? אפילו ווען דו ביסט גערעכט, איז דא א מענטשליכע וועג דאס צו טוהן און אן אוממענטשליכער וועג.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:29 pm
דורך לאליפאפ
איך ווייס אז נחום האט דא א ניק פאר איין סיבה, ווייל יעדע תגובה זיינס האט שוין א לייק און איך וואלט נישט געלייקט אזאנס...
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 8:49 pm
דורך נחום כץ
נאדיר איינס. אז דו בעטסט'עך אזוי..
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 9:14 pm
דורך יתרו
פרישער האט געשריבן:דער נחום מרוב טיפשתו זיכט כסדר צי פארדרייען דעים שמיעס
ווער רעדט דא פין סייענס
צי ווילסטי יעצט אז מיר זאלען אויך מודה זיין אז די קימסט פון א מלפה
ווער זאגט אז דו ביסט נישט קיין מלפה
מיר אלע זענען איינשטימיג אויף דעים
די אשקול איז באזירט אויפן אידישען דרך
מיר זענען אידען צו מיר גלייכען דעים סיסטעים צי נישט
מיר זענען נישט קיין אפיקורסים
אלזא גייט צי אפיקורסישע בלאגס און זיי וועלן דיר געיבן חיזיק
און זיי מוחל נעם מיט שלום דין וואס איז א וועלט באוויסטע אפיקורס וואס האט מפקיר געוועין זיינע קינדער ווייל ער האט געגליכען שוויל טאג, און פיינט געהאט צוויבל קיגל
מר. פרישער זייט מוחל און בעלבעטעווע נישט, פארשיק נישט און און פארשריי נישט קיינעם, לאז עס איבער פארן שטאב פון גבאים און מנהלים.
סך הכל ביסטו נאך א גאנץ א 'פרישער' גאסט דא אלזא אין אורח נעשה בעל הבית.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 9:58 pm
דורך אבגד
די וועלט זאגט, ״א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל״,
ער איז טאקע א פרישער גאסט אבער פונדעסטוועגען האט ער זייער גוט געזאגט, ער אליינס האט פון די ערשטע תגובות דא אין דעם אשכול געהאלטן אז מען דארף געבן פול רעכט פאר א טאטן, אבער פאר א טאטע וואס וויל אפפארן זיינע קינדער און ער זאגט עס אפן, און וויל נעמען חיזוק דערצו פון אונז? נישט אויף דעם טרינק מיר אונז קאווע דא...
ער האט אים ס״ה געזאגט אז ער וויל אויף דעם חיזוק זאל ער גיין צו זיין גלייכן, און דארט וועט ער באקומען חיזוק און ניזוק און נאך....
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:47 pm
דורך יונגערמאנטשיק
לעיקוואד האט געשריבן:@יונגערמאנטשיק
פון מענטשליכקייט האסטו שוין אמאל געהערט? אפילו ווען דו ביסט גערעכט, איז דא א מענטשליכע וועג דאס צו טוהן און אן אוממענטשליכער וועג.
יא, איך האב שוין געהערט פון מענטשליכקייט, און ממש לעצטענס האב איך געהערט פון א געוואלדיגע אוממענטשליכקייט אויך. און זאגן פאר איינעם אין פנים דעם אמת ווען ער קומט באשולדיגן אנדערע אלס אוממענטשן איז ביי מיר מענטשליך.
און דאס אז ביי דיר איז דאס אוממענטשליך מיינט ביי מיר נישט קיין סאך, דאס וועט נישט זיין די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע זאך וואס מיר האבן א מיינונגס פארשידענהייט.