בלאט 3 פון 5

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:59 am
דורך איחוד פעלד
zurich האט געשריבן:אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!


Whining

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 2:30 am
דורך יואב
zurich האט געשריבן:אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!

קוועטשן קען זיין מלשון:
.Press, squeeze, clasp, crush and squash

קוועטשן -- זיך באקלאגן, איז אפשר אביסל א כללית'דיגע ווארט, ווייל ס'קען מיינען שטיין אויף די געהירן, זיפצן, קרעכצן אא"וו. ס'פארהאן אנע שיעור ווערטער אין ענגליש אויף אלע דריי. איחוד פעלד זאגט Whine, אויך קען מען זאגן:
,Grumble, complain, gripe, moan, grouse
.whimper and plaintive cry

אויב מיינסטו "קוועטשן" א באנק:
.Parasite, flunky ,chump and sucker

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:38 pm
דורך ברסלבער
וואס איז די ריכטיגע וועג צו שרייבן אז איינער איז אין א good mood?
אין א גוטע גיסטע/גוסטע, א גוטע שטימונג, א גוטע געמיט, ער איז גוט געלוינט, אדער עפעס אנדערש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:39 pm
דורך אפטעמיסט
"איך בין א ברסלבער" איז לכאורה דאס בעסטע איבערטייטש.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:40 pm
דורך ברסלבער
אפטעמיסט האט געשריבן:"איך בין א ברסלבער" איז לכאורה דאס בעסטע איבערטייטש.

גוט.
אבער איך וויל טאקע וויסן. וואו זענען די אלצווייסערס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:42 pm
דורך אפטעמיסט
איך וואלט געטייטשט "גוטמוטיג"

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:21 pm
דורך טעפל
איך בין גוט געלוינט, ער איז אין די גוסטע

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:19 pm
דורך ישובניק
אפטעמיסט האט געשריבן:איך וואלט געטייטשט "גוטמוטיג"


יא, גוטמוטיג איז גוט.
אויך - אין א גוטער שטימונג
אזוי אויך גוט אויפגעלייגט און גוט אויפגערוימט

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
אין ענגליש, כמעט יעדע תשובה אויף א שאלה (בפרט אויף די מיליאנען פובליק אינטערוויאוס) הייבט זיך אן מיט א אויסגעצויגענעם Well....

ווי אזוי איז געווען דיין שבת?
Well, ביינאכט אקעי, צופרי בעסער...

וואס מיינט די ווארט? ווי א צושטימונג אז עס איז א גוטע שאלה? קען מען דאס פארטייטשן אויף אידיש?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ס'איז מער א אויסדרוק וואס זאל געבן צייט צו טראכטן. ס'מיינט נישט אז יענער האט גוט געפרעגט. אין אידיש זאגט מען עס אאאאאאם אדער עעעעם אדער ''וואס האט איר געפרעגט?''

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 11:05 pm
דורך מאטי
Well,basically, apparently actually

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 11:32 pm
דורך געפילטע פיש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ס'איז מער א אויסדרוק וואס זאל געבן צייט צו טראכטן. ס'מיינט נישט אז יענער האט גוט געפרעגט. אין אידיש זאגט מען עס אאאאאאם אדער עעעעם אדער ''וואס האט איר געפרעגט?''

אין לינגוויסטיקס ווערן די ווערטער אנגערופן fillers, און יעדע שפראך און קולטור האט זיך זייער אייגענע וועגן אריינצולייגן א pause צו געבן צייט צו טראכטן וואס מ'וויל זאגן, אדער טרעפן די ריכטיגע ווארט. אין ענגליש איז עס oh, uh, um,like, well, וכדו', אין אידיש איז דא אמממ, כ'מיין, עההה, ס'הייסט, פשוט, און נאך. סתם אזוי איז עס א חלק פון שפראך און מ'באמערקט נישט ווי סאך ס'ווערט באנוצט ביז מ'גייט צו א צווייטע לאנד און א צווייטע שפראך ווען ס'זעט זיך שטארק אן די איבעריגע ווערטער וואס זיי לייגן אריין, כדוגמת די עההה אין ארץ ישראל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:04 pm
דורך Josh
איז דא א רעגעלמעסיגע ווארט פאר "רוקן", א חוץ back?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:13 pm
דורך געפילטע פיש
נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:19 pm
דורך Josh
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

Let's say I wanna tell a doctor, that I have some wart on my back.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "דער (פינטעל) איד האט שוין 808 לייקס" ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:55 pm
דורך געפילטע פיש
Josh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

Let's say I wanna tell a doctor, that I have some wart on my back.

.I have a wart on my back

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:22 pm
דורך לאליפאפ
ווי אזוי פארטייטשט מען דאס ווארט פאלגן אויף ענגליש?

למשל: פאלג דיין מאמע

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:30 am
דורך ונבנתה העיר
listen.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:15 am
דורך געפילטע פיש
.Or heed, harken

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:53 pm
דורך אפטעמיסט
וויאזוי זאגט מען די ווארט 'spelling' אין אידיש? גוגל טרענסלעיט זאגט "אויסלייג"; איז דא עפעס א בעסערע ווארט?

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:24 pm
דורך איחוד פעלד
אפשר בוכשטאבען?

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:35 pm
דורך לאליפאפ
אפטעמיסט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען די ווארט 'spelling' אין אידיש? גוגל טרענסלעיט זאגט "אויסלייג"; איז דא עפעס א בעסערע ווארט?

זייער גוט געזאגט! וויאזוי לייגט מען אויס דעי ווארט. פערפעקט.