דער עילוי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:like :like :like :like
דאטקאם, געוואלדיג
וירח ה' את ריח הניחוח
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

דער עילוי הרב חיד"ו מאכט די וואך דאנערשטיג חתונה א זוהן אין בארא פארק
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

מ'דארף זעהן נישט צו אביוזן דעם טיטל "עילוי"
איך געדענק נאך ווען א ילד הפלא איז באמת געווען א ילד הפלא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ככלי מלא בושה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הפלה? באמת בושה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

וואס?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אביגדור האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל אויף א עילוי, אז 'עילוי' היה שם לא היה נגאל... אויף דעם הרב חיד"ו לאזט זיך זאגן "עילוי היה שם - ולו, היה נגעל". וואס הייסט? א פאר יאר צוריק, בפרשת נוסעי-ליזענסק-דרך-יאפאן, האט א היימישע צייטונג שרייבער פון ישראל אפגעשטאטעט א באזוך אין אנטווערפן ביי הרב חיד"ו. ער שרייבט דארט איבער דעם סרוח'ע אין זיין הויז, איבער דער אנגעווארפעכטס פון דעקעס און קישענעס איבער'ן דיינונג רום, איבער דער אומ-עטישקייט וויאזוי הרב חיד"ו האט איהם אויפגענומען עסענדיג באנאנעס און פארינע ליגענדיג אויפ'ן קאויטש, אזוי אז ס'האט איהם געגרוילט געפערליך דארט צו זיצען און אראפשרייבן די טיפזיניגע תשובות אויף זיינע שאלות. ובזה פירשתי עילוי היה שם, דער עילוי איז דארטן געוועהן, ולו, און פאר איהם דער צייטונג שרייבער, היה נגעל, איז געוועהן גועל נפש ממש...

קענסט מיר אפשר שיקן א לינק צו דעם איזראעלישן שרייבער וואס האט באזוכט ביים חיד"ו [tag]אביגדור[/tag]?

עני לינק איבערן עילוי קען ארויסהעלפן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מ'האט שוין דערמאנט דא דער איידעם פונעם עילוי החיד"ו מאנטווערפן, ה"ה הרב אברהם משה באקאן שליט"א, האב איך געטראכט צוצולייגן אפאר צענט.

רבי אברהם משה, איז אן עילוי נפלא, וואס כדברי מאראנצןזאפט איז ער א גאון אדיר וואס קען כל התורה כולה כפשוטו. ער קען למשל זיך אראפזעצן אויף א שורה גמרא, און ס'וועט אים דויערן אפאר שעה זיך צו ריקן צום נעקסטן שורה. ווייל גלייך ווען ס'ווערט אים נולד א קשיא, הייבט זיין עילוי'שער מח אן אויסצושפייען אינפארמאציע וואס ער באזיצט שוין איבער דעם נושא וואס איז דער נידון אין גמרא, פון ראשונים, אחרונים, שו"ת ספרים, אנדערע גמרות, וכו'. איין קשיא ברענגט א צווייטע, פון דארט דערמאנט ער זיך א ראי' וואס איז מופרך פון א צווייטע מקום, וכו', און אזוי פארט זיין פאנאמאלע מח אויף א רייזע אין כל חדרי התורה, האלטנדיג ביים ערשטן שורה גמרא...!

געווען איינמאל, וואס רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל - אבד"ק אנטווערפן, האט געגעבן א שיעור. רבי חיים קרייזווירטה איז געווען באקאנט מיט זיין אבנארמאלער שליטה אין ש"ס, אזש ער האט ווירקליך געקענט מצטט זיין גאנצעטע שטיקער גמרא אויפן לשון, האבנדיג מעין א פאטאגראפישע זכרון [אזויווי דער מאנטריאלער רב, הגאון רבי פנחס הירשפרונג זצ"ל]. הקיצור, איינמאל האט רבי חיים נאכגעזאגט א שטיקל גמרא און געזאגט אז דאס שטייט אין דף פלוני. רבי אברהם משה האט געזאגט אז ס'שטייט איין בלאט אפגעריקט פון די מ"מ וואס רבי חיים קרייזווירטה האט אנגעגעבן. האט מען געברענגט א גמרא, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז רבי אברהם משה באקאן איז גאר געווען גערעכט! רבי חיים קרייזווירטה איז אויסגעגאנגען פון התפעלות פונעם יונגן גאון, און האט אים דארטן - בפני כל קהל עם ועדה - געגעבן א קוש אין שטערן!

זיין עבודת ה' איז אויך להפליא ממש. סיי זיין טאג-טעגליכן דאווענען, מיט אן ערנסטער דביקות, און האלבע שעה'איגע שמו"ע. סיי זיין פרישות וחסידות. און סיי זיינע מורא'דיגע מידות, ווי ער מאכט פון זיך גארנישט, און קען נישט סובל זיין ווען מ'געבט אים אפ כבוד וכדומה. דאס איז טראץ דעם וואס אזאנע גאונים ווי רבי חיים קנייבסקי שליט"א, רבי דוב לאנדא שליט"א, ודומיהם, האלטן פון אים תבל ומלואה און האבן שטארקע הערצה פאר אים.

והאיש מש"ה הולך וגדל... מעגליך אז איין טאג וועט ער זיין פון די גדולי הדור, און מעגליך אז ער וועט בלייבן פארשטעקט אין זיינע ד' אמות - כאוות נפשו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די מעשה פון ר' חיים קרייזווירטה ברענגט ארויס התפעלות ווי די אמת'דיגע גדולים ווערן נישט דערשראקן פון קאמפעטישאן, נאר אדרבה, אויב יענער קען בעסער, גיבט מען אים גאר א קוש מתוך אהבה!
מי יתן והי' ביי אנדערע רבי'ס/רבנים, אומפארגינערס, וואס ווילן די גאנצע וועלט פאר זעך.
וירח ה' את ריח הניחוח
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:די מעשה פון ר' חיים קרייזווירטה ברענגט ארויס התפעלות ווי די אמת'דיגע גדולים ווערן נישט דערשראקן פון קאמפעטישאן, נאר אדרבה, אויב יענער קען בעסער, גיבט מען אים גאר א קוש מתוך אהבה!
מי יתן והי' ביי אנדערע רבי'ס/רבנים, אומפארגינערס, וואס ווילן די גאנצע וועלט פאר זעך.

[tag]שמעקעדיג[/tag] איך האב געהערט א הערליכע מעשה אויף רבי חיים זצ"ל פון גאנץ א קראנטע מקור.
ער איז איינמאל געפארן אויפן פליגער און געליינט איינער פון די גוי'שע צייטונגען וואס די פליגער מאנשאפט האט אויסגעטיילט [כידוע איז ער נישט געווען א עקסטרעמע מענטש און אויך א אמת'ע מענטש, ער האט נישט באהאלטן וואס ער האט געטון....], אינדערצווישן האט ער געכאפט א שמועס מיט אפאר [so called] חסיד'ישע יונגעלייט, במשך די שמועס איז ארויפגעקומען די נאמען פון קאשוי רב זצ"ל, אין איינער פון די יונגעלייט האט זיך אויסגעדריקט קעגן אים און חוזק געמאכט ווייל ער איז צו עקסטרעם, האט רבי חיים זצ"ל זיך גענומען מאכן קולות און אים באוואשן מיט בערך די טענה: ווייל ער איז עקסטרעם און זיין דרך איז נישט פאר יעדעם טאר מען נאכנישט חוזק מאכן פון אים, דו פילסט אז ער איז נישט פאר דיר? גיי נישט צו אים, אבער מאך נישט אוועק א ערליכע יוד!
די גאנצע פסק איז געווען בשעת מעשה וואס רבי חיים האט געהאלטן די גוי'ישע צייטונג און זיין הענט!
דאס מיינט א ערליכע יוד!
זי"ע.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
פארשפארט