הערליך שיין 'ברסלבר'.
בעצם איז די געדאנק איינס פון די גרויסע יסודות פון בעש"ט, אזוי ווי מען ברענגט נאך א טייטש פון עם, לכאורה איז דא א סתירה, מיר ווייס דאך אלע אז די מענטשען ווערט געמשפ'ט אין ראש השנה, און לעומת זה שטייט אויך אין די גמ' אז אדם נידון בכל יום, והיאך יתקיימו שניהם.
נאר וואס דען, ר"ה משפט מען אלעס וואס עס וועט קומען אויף עם לטוב אדער להיפך, אבער בכל יום משפט מען וויאזוי ער וועט דאס אויפנעמען, וואס אויב נעמט ער עס אויף גוט נעמט ארויס די לופט פון די צרה.
און דער בעש"ט האט דאס מסביר געווען מיט א מעשה פון 'חייקל דער וואסער טרעגר'. חייקל פלעגט אריבער גיין יעדען טאג דעם בעש"ט הויז, דער בעש"ט פלעגט עם פרעגן וואס ער מאכט, חייקל פלעגט זיך זייער אפרעדן, אז ער האט א ביטער לעבען, ער ווערט שוין אלט און ער האט נישט קיין כח ארום צוטראגען די שווערע אמפערס וואסער די צו אלע תושבים אין שטאט, און אפילו ווען ער טראגט שוין וואס מאכט ער שוין. איין טאג ווען דער בעש"ט פרעגט חייקל וואס ער מאכט, ענטפערט ער ברוך השם איך עלטער זיך און פריידן מיט מיין ווייב, איך האב כח צו ארבטען און שלעפען וואסער און אויך מאך איך אביסל פרנסה פון דעם, אקיצור ער האט זיך געשפירט מאושר. האט דער בעש"ט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז דאס איז דער פשט פון די צוויי מאמרי חז"ל, ר"ה האט מען פארמשפט חייקל צו זיין א וואסער טרעגער און מאכען אזויפיל און אזויפיל פרנסה יעדן טאג, אבער וויאזוי עס אויפצונעמען דאס איז מען דן יעדען טאג ממילא איין טאג איז חייקל טרויעריג און איין טאג פרייליך.
ווייל באמת די עיקר שוועריקייט פון א צרה איז דע געפיל פון ענגשאפט און פון אומזיכערקייט וועגן דעם עתיד וואס נעמט ארום דעם מענטש [uncertainty] ווער ווייסט וואס די צרה וועט ח"ו מיטברענגען מיט זיך און אזוי ווייטער. אבער אויב מען איז א בוטח בה', כגמל עלי אמו, מען שפירט השי"ת גייט א גאנצען צייט מיט מיר ער כאפט מיך אהן, און אזוי וויל ער מיר יעצט טון, איז די געפיל אסאך אנדערש, אסאך רואיגער, סיי פונעם מצב ההווה און סיי מען איז נישט אזוי דערשראקען פונעם עתיד.
ואם תאמר, אז אויב קומען די געפילן פונעם מענטש לויט וויאזוי מען איז דן יעדען טאג, פאלט דאך לכאורה אוועק 'ברסלבר'ס' ארגומענט אז דער מענטש אליינס קען דאס פועל'ן ביי זיך. וייש ליישב בריווח, ווען איך וועל האבען מער צייט [אדער בעסער איז פון ברסלבר אליינס].
אשריך בעולם הזה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל