בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:30 pm
דורך פיש כאפער
שמעקעדיג האט געשריבן:בארלייפיג איז נישט א ווארט וואס איך האב געהערט.
עס איז פארהאן "פארלייפיג" אבער עס מיינט גאר עפעס אנדערש.
ביילייפיג און אומגעפער האט די זעלבע מיינונג.


עפעס א מקור וואו איך קען נאכקוקען?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:12 pm
דורך קרעמער1
ביי אונז אין חדר האב מען אויף מחבת געטייטש א פאַן אדער פלאַכע פאַן
ס'אבער גוט צו וויסן אז סע פארהאן נאך ווערטער וועלכע מען פלעגט נוצן אינעם אייראפעאישן יודיש

פּאַטעלניע וועלכע קומט פון פויליש און סקאָווראָדע פון רוסיש

(מקור: http://yiddish.forward.com/articles/167732/frying-pan/)

גוגל טראנסלעיט גיבט אויף יודיש דעם רוסישן אפטייטש, נאר אביסל פארגרייזט אויף סקאָווערדע)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:43 pm
דורך ישראל קאפקע
מאראנצןזאפט האט געשריבן:פאר א טייכל איז דא נאך א ווארט 'קאלוזשע' אבער מ'נוצט עס זעלטן, סיידן למשל ביי 'א קאלוזשע פון בלוט' וועט מען עס יא נוצן.

קאלוזשע איז פיל קלענער ווי א טייכל, כאטש טייכל קען מען אויך נוצן אנשטאט קאלוזשע
קאלוזשע איז אויך דווקא א בלאטיגע טייכל slough, mire, or puddle.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:10 pm
דורך ישראל קאפקע
קרעמער1 האט געשריבן:עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)

בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר

איך וויס נישט וואס אויבצואוואר מיינט, וועדליג (וועדלוג) מיינט לויט אים/זיינע according to, וועדליג די דאקטערס ראט, וועדליג דיינע מיטלען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:23 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)

בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר

איך וויס נישט וואס אויבצואוואר מיינט, וועדליג (וועדלוג) מיינט לויט אים/זיינע according to, וועדליג די דאקטערס ראט, וועדליג דיינע מיטלען.

די אלע אויבנדערמאנטע אויסדרוקן זענען ענדערש רעגיאנאלע אויסדרוקן ווי פונדאמענטאלע טיילן פון דער אידישער שפראך:
"בילכער" , איז די זעלבע ווי "ענדערש". אין ענגליש "Preferred". The former, is derived from Eastern-Europe; The latter is more of German/W. European origin:
וויעס: אין ענגליש:=Eyelid.
וועדליג/אויבצוואר=:despite/In spite of... the physician's advice...(In your example.)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:21 am
דורך ישראל קאפקע
וועדליג מיינט נישט אויבערצואוואר,
וועדליג איז טייטש ,according, per לפי, לויט,
אויבערצואוואר איז פונקט פארקערט, טראץ, כאטש, even though, despite,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:26 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:וועדליג מיינט נישט אויבערצואוואר,
וועדליג איז טייטש ,according, per לפי, לויט,
אויבערצואוואר איז פונקט פארקערט, טראץ, כאטש, even though, despite,

ס'איז נישט "אויבערצוואר". נאר "אויבצוואר". א דייטש/יעקיש ווארט...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:33 am
דורך ישראל קאפקע
נישט קיין חילוק וואס די ווארט איז פונקטליך, איך האב נישט געהערט די ווארט פארדעם, נאר אז איך זע וואס דו טייטשט עס זע איך אז עס מיינט פונקט פארקערט ווי וועדליג.
איך פלאן נישט צו נוצן דעם ווארט אין דעם נאנטן צוקונפט