בלאט 3 פון 5

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 3:42 pm
דורך שבת אחים
אויפן אהבת ישראל זצוק״ל האט דער מנחת אלעזר קיינמאל קיין שלעכט ווארט גערעדט! פארקערט ער האט אים זייער מחשיב געועהן, און ער האט אים יעדע וואך שבת געמאכט א עקסטערע מי שבירך.

סאיז באוויסט די ווארט וואס ער האט געזאגט ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער רייסט אינטער אלע אגודה רבנים אויסער דער אהבת ישראל , האט ער גענטפערט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא!״...

זיי זענען ביידע נסתלק געווארן ב׳ סוין, דער מנחת אלעזר א יאר שפעטער ווי דער אהבת ישראל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה ויהודי פשוט: עטץ דערמאנטס עטליכע מאל דאס ווארט ווידיאו. דאס איז א טעות. ווייל די טעכנאלאגיע פון ווידיא האט נאך דאמאלס נישט עקזיסטירט. ס'איז ערשט אריינגעקומען אין באנוץ ארום דעם יאר 1980. די רעקארדינג טעכנאלאגיע פון יענע יארן איז באשטאנען פון 16 מילימעטער און שפעטער 24 מילימעטער פילם. די חכמה פון די טעכנאלאגיע איז אז דאס מענטשליכע אויג קען אויפכאפן א בילד אין אן אכטל 1/8 פון א סעקונדע. און אויב עטליכע בילדער (אימידזשעס) לויפן שנעלער ווי אכט אין איין סעקאנד, זעהט עס אויס ווי ס'איז לעבעדיג. ס'רירט זיך...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:09 pm
דורך ליפא
ווידיא איז זיכער שוין געווען פאר 1980

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: איך האב נאכגעקוקט אויף גוגל. און ער/זי פסק'נט אז ווידיא איז ארויסגעקומען אין סוף 1976 אדער אנפאנג 1977. האב איך מיך נישט מיט קיין סך טועה געווען. נאר ס'קען זיין אז ס'איז דא אנדערע פוסקים וועלכע האלטן אנדערש... :lol: 8-)

Re: המונקאטשער רב וברכותיו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:36 pm
דורך דעת תורה
רבי בערל - כמובן איז די כוונה צו די קאנצעפט פון 'מואווינג אימעדזשעס', וואס פאר די וואס זענען געבוירן נאך 1976 איז דער סינאנים דערפאר ווידיא.

פאר אייער דור דארף מען עס טאקע רופן מואווי אדער פילם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:43 am
דורך מיר'ער בחור
שבת אחים האט געשריבן:אויפן אהבת ישראל זצוק״ל האט דער מנחת אלעזר קיינמאל קיין שלעכט ווארט גערעדט! פארקערט ער האט אים זייער מחשיב געועהן, און ער האט אים יעדע וואך שבת געמאכט א עקסטערע מי שבירך.

סאיז באוויסט די ווארט וואס ער האט געזאגט ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער רייסט אינטער אלע אגודה רבנים אויסער דער אהבת ישראל , האט ער גענטפערט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא!״...

זיי זענען ביידע נסתלק געווארן ב׳ סוין, דער מנחת אלעזר א יאר שפעטער ווי דער אהבת ישראל.
פארוואס פארציילט איר נאר א האלבע מעשה ?, די מעשה איז געווען אז די מנחת אלעזר'ס רעבעצין איז געווען אויף אפרוה, אין דארטן איז אויך געווען די אהבת ישראל, אין ערב שבת איז אנגעקומען א הודעה צו די רעבעצין אז די טאכטער די בת יחידה איז זעהר קראנק, איז זי געגאנגען פרייטאג'ס צונאכט'ס צום טיש פונעם אהבת ישראל, אין פארפירט אז זי דארף א ישועה, אין ער האט טאקע צוגעזאגט אז זי וועט געהאלפען ווערן, און נאך שבת ווען זי איז אהיים געקומען האט זי געווארט ביז די טאכטער איז געווארן געזונט, אין ערשט דערנאך האט זי דאס פארציילט פאר'ן מנחת אלעזר, אין נאך די מעשה האט ער אנגעפאנגען צו מאכן יעדע וואך א מי שברך פאר עם די ערשטע, דאס הייסט אז ער פלעגט מאכן יעדע וואך פאר אסאך רבנים מי שברך'ס, אבער די אהבת ישראל איז אייביג געווען די ערשטע, אין די וואך וואס די אהבת ישראל איז אוועק האט ער נישט געהייסן מאכן א מי שברך, אין דערנאך האט מען אויסגעפונען אז בשעת מעשה איזער שוין נישט געווען בין החיים, ( די מעשה ווייסעך נישט ווי אזוי ס'שטימט, וויל כידוע אידאך די אהבת ישראל אוועק מוצ"ש נאך פאר די ר"ת - פארדעם האלט טאקע מהר"א די יארצייט א' סיון - אין א מי שברך האט מען לכאורה געמאכט שבת צופרי ביים ליינען ??? ) אין כידוע אז נאך וואס די אהבת ישראל איז אוועק ביום ב' סיון, האט די מנחת אלעזר געזאגט אז " ער האט זיך אויסגעקליבען א גוטע טאג אין נאכדעם איז ער טאקע אליין אוועק באותו יום , אבער פאר די גאנצע מעשה איז די אהבת ישראל גארנישט געווען בעסער ווי אלע אנדערע אגודה רבנים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:20 am
דורך שבת אחים
דער אהבת ישראל איז אוועק פרייטיג נאכמיטאג בין השמשות, נישט מוצאי שבת. איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה מיט זיין טאכטער, ס'איז זיכער אז ער איז געווען זייער נאנט מיטן אהבת ישראל און אים שטארק געלויבט און "קיינמאל" גערעדט א שלעכט ווארט אויף אים, כ'האב עס געהערט פון א "מקור ראשון", מיין טאטע זז"ג האט נאך זיין חתונה געוואוינט טיר ביי טיר אין ווילאמסבורג מיט ר' חיים בער די באוויסטע מונקאטשע גבאי, און ער פלעגט אסאך מאל דאווענען מיט אים אין די דערנעבענדיגע שול און אסאך פארברענגט מיט אים, און פון אים האט ער געהערט ווי דער מנחת אלעזר זאגט אויפן אהבת ישראל "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא". די מעשה מיט ב' סיון גייט אזוי לויט ר' חיים בער וואס איז דארט געווען.

דער אהבת ישראל מיט'ן מנחת אלעזר זענען ביידע געוועהן אויף דאטשע (קארליסבאד לכאורה) און זיי זענען געגאנגען שפאצירן צוזאמען, ווען זיי האבן געדארפט צוריק אהיים גיין און ארויפגיין אויפן וואגן האבן זיי זיך גע'טענה'ט "ווער ס'זאל ארויפגיין ערשט" אויפן וואגן, ביז דער אהבת ישראל האט געזאגט איך וועל ארויפגיין ערשט און דו וועסט גלייך נאכקומען נאך מיר, דער אהבת ישראל'ס עלטסטע זוהן ר' מענדלע ווישעווער איז אויך דארט געוועהן און ער האט שפעטער אויסגעטייטשט אז ס'האט דעס געמיינט, אז זיי האבן זיך גע'טענה'ט ווער סגייט ארויפגיין צום בי"ד של מעלה ערשט.

דער מנחת אלעזר פלעגט מאכן א "עקסטערע" מי שבירך פארן אהבת ישראל, ס'האט גארנישט מיט קיין אנדערע רבנים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:23 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פונ'ם מנחת אלעזר. דער מונקאטשער רב, ווער ביניך צו זאגן א מיינונג איבער זיין פערזענליכקייט. הלוואי וואלט איך געווען א מוריטשקע אין זיין חדר הלימוד...!

אבער אעפ"כ...! אז ער איז געווען א גאון עולם און געשריבן גאונ'ישע תשובות. אויך איבער די אנטוויקלענדע טעכנאלאגיע פון זיין צייט. ס'איז ידוע אז ער האט איבערגענומען דאס רבנות אין מונקאטש אפיציעל. דאס הייסט ביי די רעגירונג. נאך בחיי אביו. ווייל זיין טאטע דער שם שלמה האט נישט געקענט באקומען די פאפירן צו זיין דער רב אין מונקאטש.

אויסער זיין עקסטרעמיזם אין פארדאמען א יעדע זאך וואס האט נאר געשמעקט מיט ציונות, איז ער געווען זייער א שטארק צוגעלאזענער און פריינטליכער מענטש. נאר דאס ציונות וכל שום וחניכא דאית ליה האט ביי איהם אנגערירט א נערוו. ער האט איבעראל, סיי אין חומש און סיי אין די גמרא געטראפן רמזים איבער די ציונים און ציוניזם. א שטיקל הסבר קענמען געבן איבער זיין התנגדות. ווייל אין די שטאט מונקאטש זענען די ציוניסטישע ארגאניזאציעס געווען זייער שטארק. און זיי האבן טאקע מעביר געווען על הדת די יוגנט...! האט ער דאס באקעמפט מיט אלע כוחות ווייל ער האט ערשטהאנטיג געזעהן דעם שאדן...!

ס'איז באוואוסט אז דער מונקאטשער רב האט געגעבן פרעסקריפשנס פאר אידן וועלכע זענען געקומען צו איהם און זיך באקלאגט אויף א מחלה. און די אפטייק אין זיין שטאט האט אנגענומען זיינע פרעסקריפשאנס. איך האב גערעדט צו א מונקאטשער איד וועלכער האט נאך געהן דעם מנח"א. האט ער מיר פארציילט אז דער מנח"א האט אמאל געגעבן א פרעסקריפשן פאר א איד וועלכער האט געליטן אויף די אויגן. און דער אפטייקער האטציך געוואונדערט פון וואו דער רב ווייסט שוין פון די מעדעצין. דאס איז געווען א נייע מעדיצין וועלכע איז ערשט ארויסגעקומען אין ווין, עסטרייך...!

אמאל האט ער אליינס געדארפט גיין צו א דאקטער. האבן איהם זיינע מקורבים רעקאמענדירט א דאקטער. אבער יענער איז געווען א פרייער. האבן זיי אין אנפאנג מסופק געווען אז אפשר וועט ער זיי אנשרייען פאר הייסן גיין צו א דאקטער א פושע ישראל. (און אפשר א ציוני אויך.) ווען איינער האט איהם געפרעגט...צו דער רב וויל גיין צו איהם. ער איז דאך א פושע ישראל...? האט דער רב געענטפערט..."וויל איך מיך דען משדך זיין מיט איהם"...?!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 1:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וואלט מעורר געווען אז דער טאטע פון דער מנחת אלעזר איז נישט געווען דער שם שלמה, נאר וויבאלד דא אין שטיבעל איז גאנץ אנגענומען אז וואס פאר א גרייז בערעל מאכט איז אויסגעהאלטען, קען איך נישט.

זיין תשובות אויף טכנולוגיה זענען באקאנט, ווייל זיי האבען געברענגט דער בריסקער רב לידי גיחוך, וכידוע.

זיין חברים דער גאון הגאונים הרב יחיאל יעקב וויינברג מיט הרב אליפנדרי פון ירושלים דארפען אויך באשריבען ווערען.

איך בין נייגעריג וואס פאר א הצלחה ער האט געהאט אין זיין קעמפף קעגען ציונים. דאס ווערטלען האט עפעס אויפגעטוהן? און וואס וועגען זיין קעמפף פאר זיין רבנות, קעגען יעדער איינער וואס האט געקענט זיין א סכנה דערצו? פון בעלזא ביז זידיטשויב ועוד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
ר' חשוב'ער ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א ס'קען זיין אז איך האב מיך טועה געווען און דער שם שלמה איז נישט געווען דער טאטע פונ'ם מנחת אלעזר. נאר דער דרכי תשובה. איך האב מיך פארלאזט אז אין פאל איך בין ראנג, איז דאך ב"ה דא דער ליטוואק פון בודאפעסט. און ער וועט מיך שוין כאפן ביי א גרייז... :lol:

לגבי די גרויסע גיחוך וואס דעם מונקאטשער רב'ס תשובות איבער שאלות פון טעכנאלאגיע האבן גורם געווען פאר דעם בריסקער רב, דאס אליינס ברענגט איינעם לידי גיחוך. ווייל דער הייליגער בריסקר רב זצ"ל איז נישט געווען באוואוסט אלס גרויסער ענדזשיניר. אלס איידעלער איד. יא. אויך אלס גרויסער קנאי. אבער קיין ענדזשיניערינג דעגרי פון עם.איי.טי. אדער פון איישישאק'ער אוניווערזיטעט מייניך האט ער נישט געהאט. ווען דו קומסט מיר זאגן אז ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל האט זיך אונטערגעשמייכלט פון דעם מונקאטשער רב'ס ידיעות אין טעכנאלאגיע, קען מען נאך גלייבן. דאס האט נאך עפעס א שוויות. אבער דער בריסקער רב איז ניט געווען באוואוסט אלס גרויסער ידען אין ענדזשיניערינג...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:10 pm
דורך נהורא נפישא
פאר'ן בריסקער רב איז דער מנחת אלעזר געקומען לידי גיחוך. נישטא ווער ס'זאל לאכן.
ווי עקסטרעם דער מנחת אלעזר איז געווען, אבער אקעגן בריסקער רב לית דין צריך בשש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא, נישט דא ווער זאל לאכן? וואס זאל איך טון איך לאך יא...

Re: המונקאטשער רב וברכותיו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט וועגען עקסטרעמקייט האט ער געלאכט נאר וועגען דער צושטעל זיינע

ער קלערט ווען איינער זאגט א נדר אין א טעיפ און דערנאך איז ער מתיר נדר און נאכדעם שפילט מען איבער דער טעיפ, צו ער איז מחוייב צו היטען דער נדר. איז עס דען נישט מביא לידי גיחוך?

און לגבי קנאות, דער בריסקער רב איז נישט דער וואס ווערט דערמאנט אין דער איד . זיין קנאות איז ווייט ווייט פון דאס וואס איז באקאנט פון מונקאטשער רב. זיין צונג האט זיך נישט גערינען אויף סיי וועמען. ער האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף געוויסע נושאים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:32 pm
דורך נהורא נפישא
די מנחת אלעזר זאגט דאס טאקע ? אקעי דאס איז באמת מאדנע.
לגבי בריסקער רב מיין איך נישט עקסטרעמיזים אין קנאות, איך רעד פון אויסטייטשן הלכה צו די אבסורד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:36 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא: ווי עסן פארברענטע מצה...וכדו'...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:24 pm
דורך שמואל פרימו
לאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.

שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!

Re: המונקאטשער רב וברכותיו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:34 pm
דורך גר ותושב
שמואל פרימו האט געשריבן:לאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.

שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!


פילן לצורך רפואה וואלט איך גענומען אבער נישט קיין נערוון פילן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 4:25 am
דורך יהודי פשוט
ליטוואק פון בודאפעסט: ווי איז דער מנחת אלעזר דן איבער אזא שאלה ?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 9:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 9:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמואל פרימו האט געשריבן:לאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.

שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!


און ווער זאגט דיר אז ס'זאגט עפעס אויפ'ן מנחת אלעזר? אפשר זאגט עס עפעס אויפ'ן אפטייק?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 2:37 pm
דורך נהורא נפישא
כ'האב איצט אריינגעקוקט אינעם תשובה, ס'איז באמת מגוחך און זייער מאדנע מצד'ן מנחת אלעזר צו קלערן אזוי. איך וואונדער זיך נאר צו וואס דארף מען בריסקער רב דערצו, דאס איז שוין א חסידישע שטיק צו דערמאנען א רבי'ן פאר דברים פשוטים. סיידן אויב אייער כוונה איז טאקע ארויסצוברענגן אז אפילו פארן בריסקער רב איז שוין אזא חידוש איבער די ליניע.
אגב, איז די מנחת אלעזר שטארק מפורסם אלס איינער וואס איז א שטיקל מבקר וואס איז עוקר אסאך חסידישע מנהגים כדאי זיך אראפצושטעלן על טהרת ההלכה. נאר ס'קומט ביי איך אסאך אויס אז זיין חוש הביקורת ענדיגט זיך אויף וואזשנע איינפאלן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 2:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת איז, איך האב באמערקט די תשובה אלס יונגער בחור און געשמייכעלט ווייטער. אסאך שפעטער האב איך געהערט אז כבר קדמני הבריסקער רב. איך ווייס נאר אז ווען איך מאך סתם חוזק וואלט מען עס נישט געגליכענט.
אויף עמק התשובה קען מען לאכען נאך מער ווי אויף א מאמר פון יואב מיט א תגובה פון קטלא קניא. נאר מה אעשה אז מ'לאזט דא נישט לאכען הויך אויף איהם ווייל ער האט מתיר געווען טראגען אין גאס שבת אין ב.פ. וואס איז מכפר על כל חטא ושטות

Re: המונקאטשער רב וברכותיו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 3:16 pm
דורך דעת תורה
דער מנח"א - און אסאך אנדערע עמו - האבן נישט פארשטאנען די מציאות פון עלעקטריציטעט, הענס די אלע ספיקות צו מען קען יוצא זיין קידוש והבדלה און מגילה דורכן טעלעפאן / טעיפ (היינו הך כמובן).