בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:59 am
דורך לבי במזרח
אינטערעסאנט ווי די גרויסע שטערן ציטערט פאר קעלט און אלע קליינע גייען אויס פון היץ.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:37 pm
דורך סלינקי
א בדחן זאגט מצוה טאנץ אויף דעם ניגון

http://youtu.be/ir3dDucpfs8?t=6m8s

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:04 pm
דורך אליצפן
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=1WS1pNl46Fk#t=14

מוטי שטיימענץ

ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?

כ'האב לעצטנס געזען א פאר קליפס פון דער מאטי שטיינמעץ, ער זינגט עפעס זעלטן שיין! אזא הערליכע ריינע שטימע, מיט אזוי פיל הארץ מאכט זיך נישט יעדן טאג.
אינטרעסאנט אז כ'נאב קיינמאל נישט געהערט פון אים. ווייסט איינער מה טיבו? פון וואו קומט ער? איז דא עפעס טעיפס פון אים?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:06 pm
דורך אליצפן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uiq7Qj7pZmI[/youtube]

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
די שאלה איז וויפיל פארשטייסטו צו נגינה אז דיינע הערות זאלן זיין מאסנגעבנד. דער שטיינמעץ האט א שיינע שטימע , אבער ער איז זייער אסאך מאל נישט 100 פראצענט אויפ'ן טאן (ריכטיגע פיטש) דאס איז א גרויסער נאו נאו. ער דארף נאך אסאך לעסאנס.

דאס הארץ חלק וואס דו זעסט קומט מיין איך פון עפעס אנדערש וד"ל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:17 pm
דורך אליצפן
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:די שאלה איז וויפיל פארשטייסטו צו נגינה אז דיינע הערות זאלן זיין מאסנגעבנד. דער שטיינמעץ האט א שיינע שטימע , אבער ער איז זייער אסאך מאל נישט 100 פראצענט אויפ'ן טאן (ריכטיגע פיטש) דאס איז א גרויסער נאו נאו. ער דארף נאך אסאך לעסאנס.

דאס הארץ חלק וואס דו זעסט קומט מיין איך פון עפעס אנדערש וד"ל

נו גרויבע מבין, אפשר זאגסטו מיר ווער פון די היינטיגע גארבידזש זינגער האט א שענערע שטימע פון אים?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב נישט גערעדט וועגן שיינע שטימע. מ'קען האבן א שיינע שטימע און נישט וויסן פון מוזיק צו זאגן כי הוא זה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:30 pm
דורך אליצפן
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט וועגן שיינע שטימע. מ'קען האבן א שיינע שטימע און נישט וויסן פון מוזיק צו זאגן כי הוא זה.

דו קענסט אפשר איינער בדחן???

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
huh ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 9:14 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז דער ניגון איז אויך ווי 'רחם' וואס כאפט דאס הארץ גלייך ביים הערן און גייט נישט אזוי שנעל אוועק דאס רגש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:31 pm
דורך איך אויך
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:די שאלה איז וויפיל פארשטייסטו צו נגינה אז דיינע הערות זאלן זיין מאסנגעבנד. דער שטיינמעץ האט א שיינע שטימע , אבער ער איז זייער אסאך מאל נישט 100 פראצענט אויפ'ן טאן (ריכטיגע פיטש) דאס איז א גרויסער נאו נאו. ער דארף נאך אסאך לעסאנס.

דאס הארץ חלק וואס דו זעסט קומט מיין איך פון עפעס אנדערש וד"ל

יש לך ראש כחול.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אידיש ביטע

מאטי שטיימעץ אויף קול חי

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9JVhu9g9-jQ[/youtube]

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:43 am
דורך ארבעס
מאטי שטימע איז הייזעריג. איך האף זיין שטימע גייט צירוק קימען

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 7:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
אלי ביער שרייבט אינעם ביכל פונעם נייעם סידי, אז ער האט מחבר געווען דעם ניגון אין גאר שווערע זמנים, ס'האט זיך פון אים ארויסגעריסן די טענער פון תפלה בשעתו.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:40 pm
דורך יענער פויגעל
ווי קען מען באקומען די ביכעל?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
קומט מיט די סידי.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:38 pm
דורך יענער פויגעל
איך האב דאונלאודעד די סידי פון ניגון דאט קאם. סאיז נישט מיט געקומען

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
נאך איינער האט מיר ג'אישיט די זעלבע. קען זיין נאר הארד קאפי באקומט מען דעם ביכל. שיק אלי א מעסעזש אויף פעיסבוק מה פשט.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:07 pm
דורך ביליג
איינער וואס קען ניגונים... זאגט מיר אז די גאנצע ויהיו רחמיך איז א קאסאן'ע מה ידודית ... קען איינער וועריפייען ?