ישיבה תל-תלפיות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

האקט וואס??? איך האב נישט געזאגט אזויפיל אנדערש ווי דיך??? אדער פארשטיי איך נישט קיין פלעין אידיש...
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בכלל נישט...
פיל נישט שלעכט, פארשטייסט יא אידיש, (און אפשר אפילו אויך פרידיש), אבער דאס איז א אנדער סארט שפראך.

זעה דא:
viewtopic.php?f=7&t=4330
וירח ה' את ריח הניחוח
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

אויב אזוי.... ברוך שכוונתי לדעת חכם!!!!!!!(אזוי שמעקט מיר יעצט צו זאגן)
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]הקטן[/tag] דער חילוק צווישן די צוויי איז סך טיפער ווי דעם ווארט וואס באצייכנט זיי. א קנס איז עפעס ווי א "נקמה": ביזט געווען שלעכט, וועסטו כאפן. א קנס איז נאר אזויפיל ווערט ווי דעם מאס פחד וואס דער בחור האט דערפון. ער לערנט זיך אבער נישט אויס צו טוישן זיין מהות -- די אייגנשאפט וואס פירט אים צו טאן די עוולה. דער מגיד שיעור ווערט א "שלעכטער" און יעצט זענען דער בחור און מגי"ש אין קאנפליקט. "קאנסעקווענצן" מיינט אז דער בחור זעט אליין ווי זיין פעולה Y פירט צו תוצאה Z. דער קאנסעקווענץ וועט אויך נישט זיין סתם אבי-עפעס, נאר דווקא עפעס וואס איז טאקע א לאגישע תוצאה פון דעם אקט. דער מגיד שיעור איז יעצט אויך נישט סתם א בוגי-מען; פארקערט, ער וועט העלפן דעם בחור. דאס אחריות אבער בלייבט דעם בחור'ס, וויבאלד ער איז דער וואס האט עס אנגעברענגט.

א גוטער דוגמא. אויב א בחור קומט שפעט אריין צום שיעור, וועט ער מוזן ביי הפסקה בלייבן אין כיתה פאר אזויפיל צייט ווי ער האט געשפעטיגט, פשוט משלים צו זיין וואס ער האט פארפעלט. דער מגיד שיעור וועט אבער ביי הפסקה בלייבן זיצן מיט אין כיתה.

---

עס טוט זיך א געהאקעראציע - און א האקעריי אויפ'ן געהאקאכץ.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פארוואס דארף איך בלייבען ביי הפסקה אין כתה?? איך בין געווען אין טוילעט! די מגי"ש איז אזא בוגי-מען! א שלעכטער. איך ווייס אז דו זאגסט דו מיינסט מיין טובה - מיין כיתה ו רבי האט אויך אזוי געזאגט.
אפשר אין ישבה קטנה קענסטו דאס טון צי מיר, אין ישבה גדולה לאמער זעהן!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

ידעת גם ידעת וואס אין ווי אזוי בחורים זענען עלול צו טוהן פאר ליידיגיין, סתם פאן, אדער זיך צו רייצין מיט די סיסטעם(אויב עס איז א סיסטעם...) קען זיין אז די האנדלסט אדער דרייסט דיך טעגליך ביי קינדער ממילא געדענקסטו נאר זייער שפראך. אין די כח השכחה האט גובר געווען אויף דיר צו פארגעסן וואס דיינע חבירים(נישט דיר ח״ו איך בין דיר נישט חושד..) האבן געטון בשעתם...(יעצט דערמאן דיך די גוטע צייטן אין ישיבה גדולה)
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דאס איז מיין פוינט, אויב ס'איז א סיסטעם וועט א יעדע געזינטע בחור טרייען צו טעסטען די סיסטעם. און איינע פון די וועגן איז בלעמען די סיסטעם.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

בחור בלייבט בחור אזוי ווי מען זאגט אז בחור מאכט ח-יה ר-עה ו-דר ב-ישיבה. סא דאס וועט זיך נישט טוישן, מיר ווילן דאך אבער האבן איידעלע,ערליכע,וואוילע,חסידיש׳ע קינדער זאגט מען זיי ״הער אויס איך פארשטיי דיין יצר הרע, אין די פארשטייסט די רויטע ליניע לעטס סטעי פרענדס אין טריי צו בלייבן אין די סיסטעם״ יעצט יעדע מוסד האט זיך זיין סיסטעם אדער רויטע ליניעס (ביידע מיינען די זעלבע) וכן הוא לגבי ״קאנסעקווענצין״ מאכט זיך יעדע זיינע פאליסיס איז אפילו א בחור וויל טרייען דעם סיסטעם which is part of life נישט געפערליך ווילאנג עס איז דא structure הייסט עס א גוטע סיסטעם
בד"וו עס וועלן אלעמאל זיין מאנכע וואס וועלן בלעימין די ישיבה/משגיח/מנהל אז ער זעט אזוי אויס נאר וועגן זיי....
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

תלפיות אין א צעניסלטער שאלעכטס.

אחריות. דאס אחריות פון דער ווירטשאפט אין ישיבה ליגט אויסשליסליך אויף די בחורים. די בחורים לעבן אין אן אטמאספער פון נעמען אחריות אויף זייער סביבה. דאס איז נישט בלויז אן עקסערסייז אינעם סדר היום, נאר א יסוד אויף וואס דער הלוך-ילך איז באזירט. נאכ'ן ארויסגיין פון תלפיות איז דער בחור אן ערוואקסענער, מסודר'דיגער, באזעצענער בעל אחריות.

רעספעקט. בחורים לערנען זיך ראשית כל ארויפצוקוקן און מחשיב זיין זיך אליין. רעדן און דאס התנהגות צו א צווייטן מיט דרך ארץ איז נישט סתם א שיינע מידה, נאר ווערט טייל פון דעם בחור'ס עצמיות. ער קומט פון תלפיות ארויס נישט עמיצער מיט גוטע מידות, נאר בעצם א גוטער, ארנטליכער מענטש.

זעלבסזיכערקייט. די ישיבה איז אויסגעשטעלט אזוי, אז א בחור'ס קאנפידענץ הייבט אן געבויט ווערן פון דער ערשטער מינוט וואס ער טרעט אריין אין ישיבה. יעדער בחור טרעט אויף אין ישיבה מיט א דרשה יעדע עטליכע וואכן און גייט צו צום עמוד איינמאל יעדע פאר טעג. וואס ער קען נישט, לערנט מען אים אויס -- נישט בתורת פראגראמירן, נאר במהות. ער לערנט זיך אויס צו גלייבן אין זיך אליין, צו טראכטן, צו מאכן החלטות, און פארשטיין זיין שוויות אלץ א איד און מענטש. דאס גיט דעם בחור כוח בייצושטיין די אלערליי שוועריגקייטן וואס א בחור באגעגנט, און עווענטועל שטייט ער אויף די אייגענע פיס איינמאל ער האט חתונה און גייט אליין ארויס אין דער גרויסער וועלט.

יהדות. מיר לערנען מיט די בחורים אידישקייט און ווארעמקייט. תלפיות פארמאגט א ספעציעלן קאריקעלום אין יהדות, וואס בנוסף צו הלכות, מנהגים און מסורה אנטוויקלען די בחורים א קשר, א קאנעקשאן צו אידישקייט און צום אויבערשטן. די בחורים באקענען זיך מיט עיקרים פון יהדות, מיט די יסודות הדת, מיט א שמחת החיים פון פשוט זיין א איד, און קומען ארויס פון תלפיות מיט געפיל און יסוד איתן וואס זייער א סך ערוואקסענע האבן נישט. די בחורים באקומען די געלעגנהייט צו הערן און שמועסן מיט ווארעמע חסידישע אידן און משפיעים, ביי וועמען אידישקייט/ערליכקייט און שמחה, צופרידנקייט און שלוות הנפש זענען נישט צופעליגע שכנים אין זעלבן קאפ און הארץ, נאר ממש צוויי זייטן פון דער זעלבער מטבע. אנגעהויבן מיט די וועכנטליכע ווארעמע קומזיצן, ביז שיעורים אין השקפה און יסודות הדת. קומט אליין אריבער מיטהאלטן איין אזא געלעגנהייט. איר וועט זיך נישט גלייבן ווי אינספירירנדיג יהדות איז באמת -- לכתחילה!

(דאס איז א זייער פרייע איבערזעצונג פון דער ישיבה'ס וועבסייט.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אפשר דארף די נושא אן אשכול פאר זיך, אדער א סייט משלו, ווי עס זאל זיין חומר און חומר למחשבה. דאס איז דו ריכטיגע עניקדאד פאר דו היינטיגע נסיונות.
שיין ארויסגעברענגט וואס זיי טיען נישט דעם וויאזוי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

הקטן ווי ביסטו געווען מיר זוכן דיך מיט לעכט, העלא וועל קאם בעק
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשוט-קאמפליקעיטעד, אפילו נאר דאס צו "ליינען" דערקוויקט מיין הארץ, ס'איז א שטראל אין די היינטיגע פינצטערניש ווען החושך יכסה ארץ.
ירבו כמותם בישראל!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

א בריוו פון א חתן

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

(דעם פאלגנדן בריוו האב איך באקומען פון א תלפיות-פאנדרעיזער אפצוטייפן און אביסל פאררעכטן דאס לשון. כ'ווייס נישט צי דעם בריוו האט טאקע א חתן געשריבן -- הגם דער וואס האט מיר אים געגעבן טענה'ט אז יא. ווי עס זאל נאר זיין, איז עס ווי די מעשיות וואס מען דערציילט אויפ'ן בעש"ט, וואס אפילו אויב נישט אמת, גלייבן מיר אז זיי האבן געקענט געשען. אפגעזען צי עמיצער האט טאקע געשריבן דעם בריוו, האט עס זיכער געקענט געשען. אפילו אויב ס'איז נישט געשען, איז דער תוכן פונעם בריוו זיכער נישט קיין גוזמא. היות דער בריוו קען זיין אויטענטיש, האב איך כמעט נישט געטוישט גארנישט, נאר בעיקר פארראכטן דעם אויסלייג פון ווערטער, זאצן און פאראגראפן.)


בס"ד

מעלת הוד כבוד הרב שמעון סעמפ שליט"א,


מיין נאמען איז ________. כ'ווייס נישט צי איר געדענקט מיך. איך האב געלערנט אין "תלפיות" מיט פינף יאר צוריק. איך בין געווען א דורכשניטליכער בחור. כ'בין נישט געווען קיין "טראבל מעיקער", אבער אויך נישט קיין מצויין. איך וואלט געטראכט אז איר געדענקט מיך יא, ווייל איר האט מיט מיר פארברענגט א סך, א סך צייט. אבער, איר האט דאך פונקט אזוי פארברענגט מיט די אנדערע בחורים...

בכל אופן, נאך דעם וואס איך בין ארויסגעגאנגען פון "תלפיות", בין איך געגאנגען לערנען אין ______ ישיבה, וואו איך בין שוין געבליבן ביז מיט זיבן חדשים צוריק, ווען איך בין ב"ה א חתן געווארן.

חז"ל זאגן אז "אין בעל הנס מכיר בנסו". איך וואלט מסתמא קיינמאל אין לעבן נישט געכאפט וואספארא מורא'דיגע תועלת איך האב געהאט אין "תלפיות". איך בין בכלל נישט אזוי זיכער, אז איר אליין ווייסט וואספארא השפעה איר האט אויף מיר געהאט.

יעצט, שטייענדיג דריי וואכן פאר מיין חתונה בשטומ"צ, האלט איך אינמיטן מאכן א חשבון הנפש. איך האב זיך אראפגענומען א שעה יעדן אינדערפרי, ווען איך זעץ זיך אוועק אליין, און גיי דורך מיין עבר. איך האב איינגעזען, אז דעם גרעסטן שינוי וואס איך בין דורכגעגאנגען אין מיין לעבן איז געשען במשך דעם יאר וואס איך האב ביי אייך געלערנט.

אין אמת'ן אריין האב איך דאס אייביג געוואוסט. בשעת ווען איך האב געלערנט אין "תלפיות", האב איך געהאט חברים וואס האבן געלערנט אין אנדערע ישיבות. איך פלעג הערן וויאזוי זיי רעדן וועגן זייערע מגידי שיעור און משגיחים, און איך האב גראד פארשטאנען אז מיין מצב איז אנדערש ווי זייערס ווי פונעם הימל ביז דער ערד. איך האב געהאט חברים גוטע בחורים און אויך שוואכע. די שוואכערע האבן געלאכט און אפגע'חוזק'ט פון זייערע מגידי שיעור. די גוטע בחורים האבן אפשר גערעדט וועגן זייערע מגידי שיעור מיט דרך ארץ. אבער ליב האבן דעם מגיד שיעור, אנקוקן דעם מנהל ווי א צווייטן טאטן, דאס האט קיינער פון זיי נישט געהאט. (אויסער ____, וועלכער האט אויך געלערנט אין "תלפיות".)

בשעת מיינע חברים האבן גערעדט פון זייערע מגידי שיעור, פלעג איך זיצן שטיל. איך האב געהערט אלעס וואס זיי זאגן, אבער איך האב געוואוסט אז איך בין אנדערש. איך האב א מנהל אויף וועמען איך קען זיך נישט רעגן, פון וועמען איך קען נישט חוזק מאכן, אפילו כ'זאל וועלן. איך האב א מנהל וואס איז מיר מער געטריי -- אמת'דיג און אויפריכטיג איבערגעגעבן -- ווי מיינע חברים וואלטן געקענט אפילו גלייבן. כ'האב זיך געשעמט זיי דאס צו זאגן. זיי וואלטן מיך נישט פארשטאנען, און מיך אנגעקוקט ווי א בעיבי...

איך ווייס אבער דעם אמת. כ'האב עס דעמאלט געוואוסט, און היינט פארשטיי איך עס נאך בעסער. דער אויבערשטער האט מיר נישט געקענט געבן קיין בעסערע מתנה, ווי צופירן אז איך זאל אנקומען צו "תלפיות". איך ווייס שוין היינט-צו-טאג אז מיין לעבן, אפילו ביז היינט, וואלט אויסגעזען א סך אנדערש ווען איך וואלט נישט געלערנט ביי אייך.

פונקט ווי דעמאלט, האב איך היינט אויך חברים. עטליכע פון זיי זענען חתנים. פונקט ווי דעמאלט, בין איך אין דעם זעלבן מצב ווי מיינע חברים. און פונקט ווי דעמאלט, שמועסן מיר אפטמאל איבער אונזער צוקונפט. מיר רעדן וועגן אונזערע חתונות און אונזערע פלענער פאר'ן עתיד.

און פונקט ווי דעמאלט טרעף איך זיך טראכטן אנדערש ווי רוב פון זיי. און פונקט ווי דעמאלט שעם איך זיך מיטצוטיילן מיט זיי מיינע מחשבות.

אבער איך בין היינט שוין עלטער און ערוואקסענער ווי דעמאלט. איך פארשטיי שוין היינט אויך, דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען דעם באשעפער'ס גוטן שליח, אייך, ר' שמעון.

במשך מיין יאר אין "תלפיות" האב איך באקומען א סך יסודות אויפ'ן לעבן, און אויך נישט ווייניג חומר למחשבה פאר פארשידענע מצבים. ווי רוב בחורים בין איך דורכגעגאנגען שוועריגקייטן. אבער איך האב ב"ה דורכגעמאכט דעם וועג בשלום. איך בין גוט צוגעגרייט געווארן...

איך האב זיך לכתחילה גע'ישוב'ט צי כ'זאל אייך אנרופן אויפ'ן טעלעפאן אדער שרייבן א בריוו. כ'האב מחליט געווען ענדערש צו שרייבן, ווייל מיט'ן מויל וואלט מיר שווערער געווען דאס צו זאגן. איך ווייס אבער אז איך בין אייך שולדיג מיין הצלחה דורכאויס די בחור'ישע יארן. איך ווייס נישט צי איר האט ערווארטעט אז כ'זאל צוריקקומען אייך באדאנקען מיט פינף יאר שפעטער. איך ווייס אבער יא אז איך וויל עס טאן. איך מוז עס טאן, פשוט אייך צו ווייזן אז די מידה פון "הכרת הטוב" וואס איר האט זיך אזוי אנגעשטרענגט אין מיר איינצופלאנצן איז ביי מיר געבליבן איינגעבאקן. איך גלייב אז איר וועט זיין צופרידן מיט דעם אליין.

א שאד וואס ווערטער קענען נישט וויינען. איך קען נישט מער ווי זאגן און איבערזאגן "יישר כוח" הונדערט און איין מאל. זיי וועלן אבער קיינמאל נישט קענען איבערגעבן מיינע הרגשים פון הכרת הטוב. איך האף נאר אז איר וועט האבן די צייט זיך אריבערצוכאפן צו מיין חתונה. (ס'איז דאך אין מאנסי, נישט אזוי ווייט...) איך מיין אז איר וועט נישט זיין אנטוישט אין מיר, און דאס וועט פאר אייך זיין דער גרעסטער יישר כוח וואס איך קען נאר געבן...

כ'האב דא צוגעשטעלט אן אינוויטעישאן, אבער דאס איז נאר איר זאלט וויסן ווען און וואו די חתונה וועט פארקומען. איך וועל אייך אי"ה לאדענען פערזענליך, און מיט'ן מויל זאגן דעם יישר כוח, וואס ליגט מיר שוין אזוי לאנג אויף דער צונג.


בכבוד והערצה ואהבת עולם,
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

און פונקט ווי דעמאלט טרעף איך זיך טראכטן אנדערש ווי רוב פון זיי. און פונקט ווי דעמאלט שעם איך זיך מיטצוטיילן מיט זיי מיינע מחשבות.

די ליין געט נישט צו. ווי איז דער סעלף-עסטים?
בכלל, ארויסברענגען אייגענע שטארקייט פין די מוסד איז די וועג צי גיין, נישט בארעדען אנדערע. נישט קיין נ"מ אויב דאס איז אן ארגענעלע בריוו צו נישט, למעשה ניצט דאס דער פאנד-רעזער פאר א טאאל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

זיין זיכער מיט זיך מיינט נישט בהכרח זיך צונאר לייגן.

איך האב עס אנגעקוקט ווי ער פרובירט מאכן א פאינט מער ווי בארעדן א צווייטן. כמיין אז ארום און ארום איז דער בריוו היפש פאזיטיוו.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

די בריוו איז זייער שיין, אבער וואס סיז מיר פשוט קאמפלעצירט איז פארוואס זענען די אלע בריוו און אנדערע מעלות וואס תלפיות ענטהאלט נתגלה געווארן פינקט אינעם צייט וואס תלפיות פריווט ארויף ציקימען אויפן מאפע, און ארבייט אויף א מעכטיגע שנארעריי.

דעריבער גייט גארנישט אריין און מיין מוח, געדעינק גיט! אז מיר לעיבן און א זמן וואס יעדער זאגט ליגענט, אן קיין שום בושה, די כלל וואס פלעיגט לויטען אז מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשו, האט לא עלינו עקספייערט, עס איז שוין מער נישט גילטיג.

פינקט ווי אלע מארקעטינג שקרנים א שטייגער ווי תהילם כולל און דאס גלייכען, האבען מיר אויפגעבויט אזא מחיצה המפסקת, אזא גלייכגילטיקייט, און מיר גלייבען אז יעדע מעשה'לע וואס ענדיגט זיך דערעקט אדער אימדערעקט מיט א ענוועלאפ פאר אלע וואס זענען נתעורר געווארן, באטראכט איך אזוי ווי ספעם.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

זייער א גוטע פוינט, עס איז אבער נישט מוכרח
איך בין אביסל באקאנט מיט אנדערע גוטע ישיבות און ארגעניזעשאנס אידן וואס טוען גוטס וואס דו ווייסט נישט און דו ווייסט מסתם וואס איך ווייס נישט און כך הוא דרכו של עולם אז ווען מ' דארף געלט פויקט מען אלעס אויס אויס אויף די גאס.
עס מוז נישט זיין אז ס' אמת אבער דאס אז ס' ארויסגעקומען פאר א געלט אקציע מיינט נאכנישט אז ס' שקר, וועלטס ארגעניזעשאנס האבן זיך באהאלטן ביז זיי האבן געדארפט געלט (און נאכדעם דארפן זיי ספאנסערן מער אויך)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]פרישער[/tag], אלעס וואס דו זאגסט איז אמת: א קאמפיין קומט געווענליך באגלייט מיט גוזמאות און אפילו ליגנטס. און ס'איז מעגליך אז אויב "תלפיות" וועט אונטערנעמען א געהעריגן קאמפיין ווי אנדערע מוסדות און ארגאניזאציעס, וועלן דארט אויך געזאגט ווערן א סך ליגנט. למעשה בין איך נישט טייל פון קיין שום אזא קאמפיין. מיין ציל מיט'ן שרייבן וועגן דער ישיבה איז הונדערט פראצענט נאר איר צו העלפן (נישט דווקא מיט געלט. מיין עיקר ציל אויפ'ן מאמענט איז צו מפרסם זיין די שיטות און מעטאדן וואס ווערן אין תלפיות געניצט און אנגעוואנדן, ווייל איך גלייב אז א גרויס חלק וואלט געדארפט איינגעפירט ווערן אין יעדער ישיבה). און פונקט ווי דו, קוק איך געווענליך ניטאמאל אן קיין קאמפיין-ליטעראטור. כ'קען דיר גארנישט זאגן מער ווי אז איך האב נישט קיין געשריבן קיין איינציגן ליגנט. די ישיבה איז אפן, און ווער עס וויל קען איר באזוכן. כאפ זיך אמאל אריבער, און כ'גלייב אז דו וועסט שרייבן גאר אן אנדערע תגובה. :P

פרישער האט געשריבן:... פארוואס זענען די אלע בריוו און אנדערע מעלות וואס תלפיות ענטהאלט נתגלה געווארן פינקט אינעם צייט וואס תלפיות פריווט ארויף ציקימען אויפן מאפע, און ארבייט אויף א מעכטיגע שנארעריי.


וואו זעסטו תלפיות פרובירן "ארויסצוקומען אויף די מאפע"? דו האסט ערגעץ געזען א פאמפלעט, באשרייבונג, אנאנס, צעטל - חוץ וואס איך שרייב דא? איך טו דאס אויף דער אייגענער האנט. קיינער האט מיך נישט געדינגען אדער אפילו געבעטן. איך גלייב אין דער ישיבה און איר מיסיע, און וואלט איר זייער געוואלט העלפן. היות איך זיץ און שרייב במילא דא, שרייב איך שוין עפעס וואס איך מיין האט א תועלת.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

יא

פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.

(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)

נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ס'איז אמת. אבער דער קרוז איז געמאכט מער צו ציען מענטשן אלץ קרוז. איך האב כמעט נישט גערעדט דערפון, נאר פון דער ישיבה בכלל. איך האב אויך כמעט נישט דערמאנט געלט.

נו, נאך אלעם האסטו אלע רעכטן צו זיין ציניש און אננעמען אז כ'בין אויפגענומען געווארן דורך תלפיות און זיץ אויף א פעטן געהאלט צו פאמפן פאר דער ישיבה. האסט אלע רעכטן און איך האב קיין שום וועג דיר אויפצואווייזן אז ס'איז נישט אזוי.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרישער האט געשריבן:יא

פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.

(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)

נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.

וואס וואלסטו מציע געוועין, אחוץ, פארשטייצעך איינלאדענען רז"ל פיליפ און ר' טודרוס זילבער שליט"א. אדער אפשר גאר ישראל מ. סופר. (שמעקעדיג און געפילטע, עטץ הערטס?!) און מ'זאל געיבן העירינג מיט צוויבל. און דאמאלס 'עט עס שוין זיין כשר און אידיש לכל הדיעות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא, בערל. איך הער!
ישראל מ. סופר קען מען נישט איינלאדענען צו א מסיבה פון א מוסד וועלכע האט משנה געווען פון די מסורה און דרך אבותינו ורבותינו צו רייסן און שמייסן עד זוב דם, און האט רח"ל אנגעהויבן מיט די היינטיגע מאדערנע חינוך מיטלען וועלכע שטאמען פון די טמא'נע פסיכאלאגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און אויף דעים האט זיך די רבי זכותו יגן עלינו מתמרמר געווען כל ימיו. ענליך צו דעים קען מען זאגן וכו' וכו',. נאך א פערצע האטצעך איינגעריסן אז יונגעלייט גייען אויף די גאס אין 100 דעגרי וועטער אנעם הוט און רעקל, וועסטל און וואלענעם טלית קטן. דעיס אלעס איז דער מאדערנער משפחה מאגאזין שולדיג, וועלכער ברענגט בילדער פון אידישע סאלדאטן וועלכע דינען אין טמא'נעם צה"ל, און זיי לייגן תפילין און ליינען פון א ספר תורה בשעת תפילת שחרית. מ'טאר נישט קוקן אויף די בילדער ווייל מ'קען ח"ו קומען משבח זיין די ציונים במחשבה. אויך איז לעצטנס נפרץ געווארן צו לערנען און פארשפרייטן דעם דף היומי, ר"ל. אונז האמיר שוין לאנג צוריק מברר געוועין אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה, נאר דער פאר וועים די סטרא אחרא העלפט צו. מהאי טעמא געט דער (ציוניסטישער( מוסד הרב קוק (ר"ל( ארויס אזעלכע שיינע ספרים, ר"ל מהאי דעתא...... :lol:
פארשפארט