רבי ברוך ממונקאטש
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
לעמיל האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:עוד סיפר לי הנ"ל: אז המנחת אלעזר רצה שבתו יתגרש ממנו, וויבאלד ער האט געליינט ביכער, איז און געוועהן אן אויפגעקלערטער, והיא לא רצתה, זי האט עים ליב געהאט.
/quote]
שקר וכזב
איך קען דיר נישט העלפן
א מציאות איז א מציאות, וועזער יו לייק איט אר נאט
אגב תורה'דיק אביסעל:
לאחרונה י"ל ספר חדש בשם חשק שלמה עה"ת מכת"י מהגאון ר' שלמה צוקער זצ"ל הי"ד אב"ד האלאש מתלמידי וחסידי המובהקים ביותר להגאון המנחת אלעזר זי"ע
שרייבט ער דארט באריכות וויבאלד רבי ברוכ'ל קומט קיין האלאש אויף דער הכנסת ספר תורה, זאל מען עים זעהן מחזק זיין, וויבאלד ער דארף חיזוק.
עיין שם בפרשת בראשית, א חידוש אז קיינער האט עס נישט באמערקט
I AM SICK AND TIRED ALREADY
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ווער געוואויר וויפיל ארבעט דער מנחת אלעזר האט אריין געלייגט אים צוריק צו ברענגען נאכדעם וואס א שטיק צייט נאך די חתונה האט ער זיך אויפגעהויבן און צוריק געפארן קיין פוילן צו זיינע עלטערן, נישט פארנעמענדיג דעם גאנצן עסק, ער איז נישט געווען געמאכט דערפאר.
לגבי זיין צווייטע חתונה, די מונקאטשער רשעים'לעך האט געבאדערט אז ער ווערט אויס מונקאטשער רב ווייל ער ווערט דאך א איידעם ערגעץ אנדערש, זיי האבן געוואלט ער זאל בלייבן אליינס א גאנץ לעבן. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז זיין נייע ווייב איז איינמאל שיעור געהארגעט געווארן בעת עיבורה צוליב די נאכאנאנדע סעקירונגען פון די געטרייע חסידים, האט ער זיך אויפגעהויבן מיט איר און איז אנטלאפן קיין בראזיל.
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 817
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין פאטער זז"ג אז קורץ נאך זיין ארויפגיין אין ארץ ישראל האבן מונקאטשער חסידים געוואלט זיין חנוכה ביי זיין ליכט צינדן, ער האט זיי אבער נישט געוואלט אריינלאזן חוץ איין נאכט, און לכבוד זיי האט ער געפראוועט א ליכט צינדן אויפן מונקאטשער נוסח מיטן גאנצן קנאק.
און איך האב אנדערש געהערט פון זקנים וועלכע געדענקען דאס. אז ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל האט ער דוקא יא געהאפט זיך צוריק צו שטעלן אויף די פוס און ממשיך זיין מיט די מונקאטשער הויף, אבער די דעמאלסדיגע מנהלים פון כולל מונקאטש, וועלכע זענען געזעצן אויף א ריזן פארמעגן, האבן מורא באקומען אז זיי גייען יעצט באקומען א בעה"ב, אנשטאט וואס ביז יעצט זענען זיי געווען בעה"ב, און דעריבער האבן זיי אים מיאוס באשמוצט אין א"י און האבן אים מבאיש ריח געווען ביים המון און ביי די רבנים, אזוי אז זיי האבן פארזיכער זיין דורכפאל ווען ער קומט אן אהין.
דאס האב איך געשריבן דא אין ערשטן בלאט. ער האט זיך כל ימיו גערופן מונקאטשער רב, ער האט אפילו געהאט טענות אויף זיין זוהן רמ"ל פארן זיך רופן מונקאטשער רב, און ער זיך פאקטיש געפירט כל ימיו ווי מונקאטשער רב. איך קען עטליכע אידן וועלכע פלעגן נאך גיין צו אים אין די לעצטע יארן קיין פתח תקוה, ער האט כל ימיו געפירט געהעריג דאס מונקאטש'ער רבי'סטווע, כאילו גארנישט וואלט געשעהן (למעשה האט זיין זוהן נישט געהאט אזויפיל מער חסידים ווי ער), ער איז נאר נישט געווען קיין פייטער און דעריבער האט ער זיך געמאכט שבת פאר זיך. וואלט ער געווען א איש מלחמה און געפייט דערפאר וואלט ער געווארן א גרויסער רבי, טראץ די אלע רדיפות.
למעשה האט שוין איינער געברענגט דא, אז אפילו אזא איד ווי סאטמאר'ע רב האט אים גערופן מונקאטשער רב, און נוהג כבוד געווען אין אים.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
דעת תורה האט געשריבן:
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...
צו ער האט עס געגליכן קען איך דיר נישט זאגן, אבער געהאט איינס האט ער יא. איך ווייס דאס קלאר פון כמה מענטשן וועלכע האבן אים דאן געקענט און האבן עס געזעהן ביי אים. ולא עוד, נאר איך האב געהערט פון עטליכע אידן וועלכע זענען געווען ביי אים אין שטוב אין די עלטערע יארן (מעטנשן וועלכע האבן געהאלטן פון אים) אז אין זיין ספרים שטוב איז געהאנגען פראמינענט א גרויסער בילד פון דעם הונטל...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 3:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:

ציא עהר האט געהאט א הינטעל אין בראזיל ווייס איך נישט . אבער דאס אז אין זיין שטוב אין פתח-תקוה האט געהאנגען איין בילד פין הינטעל . איז שקר וכזב .יסכרו פי כותבי שקר .
אין בייא מיר איז זיכער אז דער מונקאטשער רבי פין בארא-פארק טראכט אסאך אריין ציא עהר האט גוט געטאן מיט דעם רופען זיך מונקאטשער רב בחיי אביו .דער עבירשטער זאל העלפין עהר זאל זיין געזונט . חכמים הזהרו בדבריכם '''''''' אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו ''''''''''''''''''' ס'איז שוועהר ציא נעמען א פאליש יונגעל פין ווארשא . אין אריין זעצען אין מונקאטש[מונקץ]
איין אנדערע קולטור איין אנדערע רעליגי' איין אנדערע מהות . עהר האט געהאט איין אנדערען טראכטען גאנג . א רבי האט בייא איהם געמיינט עפעס אנדערש . פרומקייט האט געהאט איין אנדערען אפטייטש . חסידות האט געמיינט עפעס אנדערשט .אין מצוות ישוב ארץ-ישראל האט פארנומען בייא איהם איין ארט אזוי וויא זיינע קאזענ'ס פין בית קאזניץ-גראדזשיסק -סטאלין .
יש הרבה מה לדבר בזה
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[tag]ישבה בדד[/tag], מיר וואלטן טאקע געוואלט הערן מער איבער אים. ליידער זיינע באשמוצער האבן געמאכט אסאך גערודער, בשעת ווען ער אליינס איז געזעצן שטיל אין זיין שטוב אין פתח תקווה. ביטע זייט מאריך מער, בעיקר טאקע איבער די נקודות וואס איר האט אנגערירט אין אייער לעצטע תגובה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר.
טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר.
פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים.
נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 3:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
בעריש האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר.
טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר.
פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים.
נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
דאס איז קאהר אז דער קלויזנבורגער רב האט נאך דיא מלחמה צוזאמען גענומען דיא רעשטלעך פין אלע קרייזען אין אריין געבלאזען אין זייא א רוח החיים .אין אפילו דער בעלזער רב ז''ל אין ארץ ישראל האט דאס דערמאנט כמה פעמים .אין אלע קרייזען מיינט סאטמאר באבאב קאסאן אין נאך .אבערלענדער יודען .אין זייא האבען זעך געווייקט בייא זיינע טישען אין בייא זיינע לאנגע דאווענען'ס אין דרשות יעדער לפי ערכו .אין עהר האט געמיינט אז עהר האט זייא קונה געווען ומקדש געווען אין זייא זענען זיינע . אבער מיט דיא צייט ווען דער עולם האט אהן געפאנגען ארויס צוא קומען קיין אמעריקא .איז יעדער צוריק געגאנגען איש על מחנהו ואיש על דגלו דער באבאווער קיין באבאב [אין דער קלזנ''ב רב האט דאס זייער ווייא געטון אין געלאזט פאלען ווערטער אויף דעם באבאווער רב פערזענליך אין דיא מענטשען האבען אויפגעהערט ציא קומען אינגאנצען ]דער סאטמערער איז געגאנגען צוריק אהיים קיין סאטמאר . למשל ר' אהרן ט''ב ר' יודעל ראזענבערג דיא קארפען ברידער . דיא קאסאנער חסידים האבען זעך גרופירט ארום דעם סאלקער רב .אין ליידער האט דער קלזנ''ב רב נישט פארשטאנען פונקטליך וויא ציא באהאנדלען דעם פראבלעם [איידעל גערעדט]
לגבי דער מונקאטשער רב הרב הצדיק[יא] עהר וואלט נישט מצליח געווען אין וומסב''ג עהר איז געווען פין איין אנדער טייג געקנעטען אין עהר וואלט נישט דעלוויערט פאר זיינע חסידים דיא סחורה וואס זייא וואלטען געווען פארלאנגט .
עהר איז געווען זייער איין עהרליכער ערנסטער מענטש .עהר וואלט נישט געווען קיין גוטער רבי פאר דעם וומסב''ג עולם . ס'איז א שאט מיר האבען פארלוירען אין נישט געהאט דיא זכי' נהנה ציא זיין פין איהם . אין עהר אויך האט סוכ''ס נישט געשטיגען . כידוע כלל ישראל גיט א כח בנר''ן ח''י פין זייער מנהיג . חבל חבל . אבער כידוע באורך הדורות האבען מיר פארלוירען אסאך ווערטפולע גדולים וקדושים .
לגבי דעם טעראר פין סאטמאר וויל איך נישט אריין גיין סעפציעל ערב דיא יומא דהילולא רבתי
אבער איין זאך יא זייא האבען געוואסט וויא ציא שפילען אויף דעם קלזנ''ב רב שוואכקייטען והשם הטוב יכפר
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
די תורה איז מורא'דיג, ולהעיר ווי ער זאגט פליסיג איבער גאנצע לשונות ווארט ביי ווארט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 02, 2012 4:17 pm
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
א עלטערע איד פארציילט מיר היינט אז ביי מונקאטשער רבין'ס חתונה ווי מען האט נישט צוגעלאזט ר' ברוך טאנצען (ועוד כל מיני דברים שציערו אותו) האט ער זיך אינטערגעברימט 'כרחם אב על בנים' מיט די הארץ-ווייעדיגע תנועה וואס מען הערט דא און דאס האט אופעשוידערט די אנווענזענדע. אבער יענער איז אדורך א סטרוק ל'ע און די זכרון דינט עם נישט אינגאנצען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
סאו וואט האט געשריבן:איך האב לעצטענס געהערט פון א מונקאטשער חסיד הרב ... שליט"א פון ב"פ אז רבי ברוך האט געהאט עטליכע מיסטעיקס
הראשון און פעסט, ווען רבי מאטילי בילגורייער האט געהאלטן זיין באקאנטע באמבאסטישע דרשה וואס דארף אן אריכות פאר זיך פאר'ן פעסטער יודונטום אז מ'זאל נישט אנטלויפען פון פעסט,
האט רבי ברוכ'ל געהאלטן דער נעקסטע וואך א דרשה שבת, ואמר בהאי לישנא, אונגארישע יודען מיינט נישט היטלער וועט ענק לאזען ביים לעבען, ובתו"ד געהייסן אנטלויפען, ווי ער אליינס האט שוין געשפירט פון פריער אויף דער אייגענע הויט,
און וויבאלד פעסט איז שוין דעמאלס געוועהן אביסעל בעלזי'ש, האט עס גיהייבן פאר א חטא
קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט דרשה, אדרבה כפי ששמעתי האבען די צוויי ברידערס פארפירט אז מען זאל יא אנטלויפען
לדעתי סתם א שנאהדיגער שקר פון א פארביטערטע מונקאטשער חסיד
אגב אין בעלז זאגט מען אז ביידע האבען געשאלטען, סיי דער הייליגער מנחת אלזער און סיי דער הייליגער בעלזער רב מהרי"ד
דער בעלזער רב האט געשאלטען אז מונקאטש זאל זיך אויפהערען צי בויען, והתקיים
דער מונקאטשער רב האט געשאלטען אז בעלזא זאל זיך נישט אויפהרעען בויען, והתקיים
די בעזלע האלטען עד היום אז ר' ברכול איז געווען א בעלזע קפידה, און זיי ריפען עם "חלומער רב" ע"ש וואס ער האט געווינט אין חולון,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.