בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:00 pm
דורך יידל
נישט צו נוצן אינטערנעט נאר די בחדרי חרדים סייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:18 pm
דורך געפילטע פיש
טאמבל סאס האט געשריבן:פון היינט און ווייטער איז שטרענג פארבאטן פאר פרויען אראפציווארפן קענדיס שמחת תורה פון ווייבער שוהל, וויבאלד מ'איז מכשיל די מענער ארויפצוקוקן.

דאס איז דאך אסור מן הדין, זריקה כהושטה דמיא.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:54 pm
דורך שרגא
טאמבל סאס, דיין פראבלעם פון פרויען קנאקן מיט די שיך איז שוין פארראכטן, קוק דא. און נאך אסאך חידושים נפלאים, פון "נוירסינג ביבס", "שפיטאל גאונס" און "צדקה שעלווס", ביז "נאכט שטרימפ", "דאפלטע ערמל" און "גויטע ראובס", אלעס נאן-פיקשען:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:והשתא דאתית להכי, דריי גוד געשעפטן דארפן האבן א פרוי וואס באהאנדלט די בגדי נשים, פון טאפס/סקירטס ביז שטרימפ, מענער טארן בכלל נישט סערווירן קיין פרויען קאסטומערס,
והוא הדין אין שיך געשעפטן.

ס'איז נאך דא גענוג משוגעים וואס וועלן זיך צו כאפן צו דעים געדאנק. מ'עט נאך אריינלייגן ארטיקלען און קול קורא'ס אין איד און אין בלאט. און עסקנים (קלאר און צימערמאן ודכוותי'( וועלן זיך נעמען פארפיהרן און מאכן מחאות פאר געשעפטן. :lol: :evil:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:00 pm
דורך שמעקעדיג
לייגן סיעמס אויף פרויען שטרימפ אויך פון פארנט, ווייל למה נגרע, פארוואס זאל דער פאדערשטער אנקוקער נכשל ווערן חס וחלילה?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 2:35 am
דורך געפילטע פיש
כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:29 am
דורך שמו יגער
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

נישט בעסער ווי די וואס גיין שבת מיט חסידי׳שע שווארצע זאקן אין buckled slipons......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:51 am
דורך אבי גערעדט
טאמבל סאס האט געשריבן:בחורים אין ישיבה מוזן האבן ספעציעלע קאלינג קארד'ס, ווי נאר היימישע אידן רעדן אויף אידיש, צוליב די הורהורים וואס ס'ברענגט. דארט וועט מען הערן א כה תאמר קול קוועטשן: "דו האסט נאך פיר דאלער און צוויי און צוואנציג סענט איבערגעבליבן, געדענקט! דברות קודש, לייגט אריין גרויס מיה צוצושטעלן ביליגע קאלינג קארטלעך פאר צוגענגליכע פרייזן, איין זאך וואס איר קענט צוריקבאצאלן. געט אכטונג אויפ'ן מויל. רעדט נישט דערמיט לשון הרע און רכילות. אכטונג, די ליניע ארבעט נישט צו נחום ראזענבערג אדער קול מבשר.


נישט געוויסט אז יואלי לעבאוויוטש האט דא א ניק, די זיסע ווערטער דא זענען דאך טיפיקעל יואלי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:04 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

ער אליין האט נישט געוואוסט. ווייל ער האט נישט געקוקט. אבער מ'האט איהם פארציילט. אזוי ווי ר' זריאל, למשל. אדער די רביצין. :roll: :oops:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:00 pm
דורך kliger

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:36 pm
דורך דולה ומשקה
kliger האט געשריבן:The Chumrah Song

http://www.youtube.com/watch?v=WfFyBqN8kW8


עטליכע פון זיינע חומרות:
א) ביי איהם איז די שפיגלן אלעמאהל פארדעקט אולי איז ער נארוואס געווארען א אבל ר"ל
ב) ער צוהאקט זיין הויז בכלל אלס זכר לחורבן
ג) ער עסט נישט קיין מרור אלס חשש תולעים
ד) איבריג סעט דישעס פאר פסח שני
ה) ער לערנט נישט קיים גמרא ווייל גוים האבן געוואוינט אין בבל
ו) קינמאהל נישט צורירן צו קיין שרץ ווייל ווען משיח קומט עט מען דארפן עסן קדשים
ז) גיין אויף דער גאס מיט דער אויגן צוגעמאכט
ח) ער שפילט נישט ש"ח ווייל דער קעניג האט א צלם
ט) זיצן איבעראל ווי עס איז נישט דא קיין מושב לצים
י) א אייגענע הכשר
יא) א אייגענע חמור, אולי איז ער דער משיח
יב) טראגט זיין יארמולקע אפילו בשעת ער נעמנט א שאוער
יג) ער זאגט חס ושלום נישט 'אשת' חיל, ער לאזט אויס דער ווארט 'אשת'.

דער כופר איז אויך נישט אוועק צומאכען, ביי טייל חרוזים קען מען זיך גוט האלטן ביי די זייטן.
http://www.youtube.com/watch?v=h1-f9p4kmbg

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
שמירת עינים מיט א שמוץ אריבער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:50 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
עס זעט אויס ווי א געגנבטע שמוציגע האנטעך פון ראדני, איך רעד פונעם האנטעך וואס ליגט אויפן אונטערשטען שטאק, דארט צווישן די מאלסטערס-בית-כסא און די אלטע פאראסטטעטע טשייניק, אין וואס ווי די זקנים און נערים ווישן אפ זייער שלשסעודת הערינג זאפט און קטשעניו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:57 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:והשתא דאתית להכי, דריי גוד געשעפטן דארפן האבן א פרוי וואס באהאנדלט די בגדי נשים, פון טאפס/סקירטס ביז שטרימפ, מענער טארן בכלל נישט סערווירן קיין פרויען קאסטומערס,
והוא הדין אין שיך געשעפטן.

תורה לשמה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 7:11 pm
דורך שמעקעדיג
דער סאשי פישל איז באוואפענט מיט קעמרעס ממצרים ועד הנה, ער וואוינט אין אויסטראליע ומצודתו פרוסה עד יאפאן, און כאפט בילדער פון יעדן ווינקל אין דער וועלט און טוט עס דא ארויפלייגן בכל עת מצוא,
זאג נאר, דו ארבעטסט אפשר פאר די NSA ??