בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 8:02 pm
דורך ישובניק
איבערמידליך

ריכטיג: אומערמידליך.
נישט ווערנדיג מיד.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:54 pm
דורך ישובניק
יאנקל האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:איבערמידליך

ריכטיג: אומערמידליך.
נישט ווערנדיג מיד.

דער באנוץ פון "איבערמידליך" איז לעצטנס געווארן קשה מנשוא. מ'זעט עס איבעראל. אקארשט איז עס געווען אויף דער פאדערשטער זייט פון דעם שופר של היהדות החרדית - "דער בלאט".
פארוואס אבער "אומערמידליך"? איך בין געוואוינט צו "אומדערמידליך". עס איז מיר בעיקר אינטערעסאנט, ווייל איך האב באמערקט אז אין געוויסע ערטער ווי אנדערע לייגן געווענליך נישט קיין ד', ביסטו מקפיד דווקא יא צו לייגן, ווי "ערווארטעט" שרייבסטו "דערווארטעט", "ערפינדן" שרייבסטו "דערפינדן". איך געדענק נישט צי דו האסט דערמאנט ממש די ווערטער, אבער כ'האב באמערקט ביי דיר אזא טרענד.


כ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.
איך שרייב דערווארט, אבער נישט דערווארטעט.
איך שרייב אפט מאל א ד' ביי ווערטער וואו מ'קען עס אויסלאזן, צוליב דעם וואס רוב ווערטער זענען מיט א ד', אבער אין אזעלכע ווערטער ווי ערלויבט, ערשטוינט, וכדומה, האלט איך זיך אפט אפ, צוליב דעם וואס ס'קלינגט פרעמד. איך האלט אבער אז די וואס ניצן אן א ד' וואלט געווען כדאי אז זיי האלטן זיך צו א ג עוויסן סטאנדארד, כאטש אין די מערסטע פעלער, נישט אמאל אזוי און אמאל אנדערש.
עס זענען אויך דא ווערטער וואס א ד' קלעבט זיך פשוט נישט צו זיי, געווענליך דייטשמעריזמען מובהקים, למשל, ערלעדיגן (אנדערע שרייבן גאר דערליידיקן...), ערהאבן בילד, ערהאלן.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:04 pm
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:כ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.


דאכט זיך (אדער דוכט זיך; נאר דאכט זיך אז ביידע זענען כשר) ווען עס קומט שוין צו רעדן אויב ווערטער "קלינגען נישט פרעמד", האט עס שוין פשוט צו וויאזוי מען איז געוואוינט. איינער וואס לייענט נאר אידיש אין די היינטיגע היימישע צייטונגען, וועט זיכער זאגן "פעך! עס קלינגט מאדנע!", ווידער א צווייטער, מסתמא טאקע ווי אונזער ישובניק, וואס האט אויך אסאך געלייענט אנדערע לייען-מאטעריאל, וועט זאגן אז עס קלינגט שיין.
ווילסט עס טעסטן? מאך דא אן אנקעטע וויפיל עס האלטן אז "איך האב דערהאלטן אייער תגובה" קלינגט נישט פרעמד...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:11 am
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:כ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.


דאכט זיך (אדער דוכט זיך; נאר דאכט זיך אז ביידע זענען כשר) ווען עס קומט שוין צו רעדן אויב ווערטער "קלינגען נישט פרעמד", האט עס שוין פשוט צו וויאזוי מען איז געוואוינט. איינער וואס לייענט נאר אידיש אין די היינטיגע היימישע צייטונגען, וועט זיכער זאגן "פעך! עס קלינגט מאדנע!", ווידער א צווייטער, מסתמא טאקע ווי אונזער ישובניק, וואס האט אויך אסאך געלייענט אנדערע לייען-מאטעריאל, וועט זאגן אז עס קלינגט שיין.
ווילסט עס טעסטן? מאך דא אן אנקעטע וויפיל עס האלטן אז "איך האב דערהאלטן אייער תגובה" קלינגט נישט פרעמד...


מן-הסתם האב איך זיך נישט קלאר אויסגעדריקט. מיר זענען נישט פרעמד נאך אסאך ווערטער און אויסלייג-פארמען. מיין כוונה איז געווען, וואס זענען נישט פרעמד אויך פאר פיל אנדערע לייענער (ווי איך האב געשריבן "היינטיגע צייטן..."), ווייל אזוינס קען מען טרעפן אפטער אין אזעלכע אויסגאבעס ווי "מעלות", למשל (איך האב בשעתו צוליב א סיבה ספעציעל אכט געלייגט דערויף ווען איך האב עס באמערקט). היינט צו-טאגס ממש ווייס איך נישט, אבער א יאר-צוויי צוריק איז עס געווען אזוי. איך האב געזען אט-די צוויי ווערטער, און אויך א צאל אנדערע, אויך אין אנדערע פון "היינטיגע היימישע צייטונגען", נאר איך געדענק נישט קיין ביישפילן, אבער אויב איך וועל באגעגענען אין דער צוקונפט וועל איך עס אפשר דערמאנען. איך בין זיכער אז אויך אנדערע טרעפן זיך אן אויף אזעלכעס.
אנדערש האט טאקע נישט קיין פשט וואס איך האב געשריבן.
און אגב, מיר קלינגט נישט דווקא "שיין" אזא אדער אנדער ווארט מיט א ד' ביים אנהייב; ס'זענען דא וואס קלינגען ביי מיר נישט אזוי אנגענעם, נאר אויב איך ניץ עס איז עס צוליב די סיבות וואס כ'האב דערמאנט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:27 am
דורך ישובניק
ניין. נאכמער (נאך מער?): מ'דארף אויך נישט קיין פאס צווישן צו טאג, נאר איך שטעל עס ווען איך שרייב "טאגס" (טאגס אן דעם "צו" איז דאך פשוט נישט קיין ווארט), און אזוי אויך שרייב איך פרייטאג צו-נאכטס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:42 pm
דורך ישובניק
איך פארשטיי נישט, וואספארא שיטה? איך זאג בלויז אז ווען איך שרייב יא מיט א סמך מאך איך א פאס צווישן "צו" און "טאגס". איך זאג אבער נישט אז "מ'דארף" טאקע שרייבן מיט א סמך. (איך האב אויך גארנישט דערקעגן אויב מ'שטעלט נישט קיין פאס צווישן די צוויי ווערטער ווען מ'שרייבט יא מיט א סמך.)

וואס מיינט "פרייע איבערזעצונג"

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
ישובניק האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:דאס ווארט וועב זייטל נעמט זיך לכאורה פונעם ענגלישען WEBSITE, למעשה איז דער ווארט זייטל נישט דער אפטטייטש פון SITE, נאר פון SIDE.

דאס איז נישט קיין סתירה. א אידיש ווארט מוז נישט זיין אן אקוראטן אפטיישט פון דעם ענגלישן. "וועבזייטל" שילדערט פיין די זאך, און איז גענוג שעפעריש אז עס ענדלט צו דעם ענגלישן ווארט.


איך פערזענליך האב גראדע קיינמאל נישט ליב געהאט דעם נעאלאגיזם, און נישט דווקא ווייל ס'איז נישט קיין אפטייטש פון SITE. איך שרייב דערפאר וועבסייט.

איבער דעם שקלא וטריא צו וועבזייטל איז א ריכטיגע איבערטייטש פון ענגלישן וועבסייט אדער נישט. ס'ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט אן דעם ענין. לכאורה איז "זייט/ל נישט דער ריכטיגער אפטייטש פון'ם ענגלישן ווארט סייט. אבער אין פרייע איבערזעצונג קען מען עס יא אננעמען. ד.מ. אז מען טייטשט נישט אפ איין ווארט פאר זיך. און לויט'ן קאנטעקסט פון'ם ענין איז עס יא ריכטיג.

חילוק פון און מיט אין

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב א "פעט פיוו. א זאך וואס באדערט מיך פאר א לאנגע צייט. טייל שרייבער קענען נישט אדער ווילן נישט מבחין זיין צווישן און "גם" מיט אין "בתוך". אפילו פראפעשיאנאל שרייבער פארטוישן דעם מייו פון די צוויי ווערטער. אדער דעם חילוק פון דער און די. לשון זכר און לשון נקיבה. נאר די אמת'ע פראפעסיאנאלע שרייבער אין געוויסע אידישע צייטונגען זענען יא מדייק..

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:07 pm
דורך געפילטע פיש
פראפעשענאל שרייבער? מיינסט צו זאגן פסעוודא-פראפעשענאל.
איך קען נישט די כללים אבער ווען איך שרייב און ס'פאלט אריין א ספק טראכט איך אין ליטווישע אידיש, ווי מ'קען גרינג הערען די חילוק ציווישן און און אין, דו די, צו צי, אבער נישט אלעמאל ארבעט עס, און איך מאך טעותים אויך, מ'מעג מיר מעורר זיין, כ'ווער נישט באליידיגט, פארקערט, כ'העל מיך צולערנען אביסל.

חילוק פון שרייבער וואס זענען פראפסיאנאל און די וואס זענען ני

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:43 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:פראפעשענאל שרייבער? מיינסט צו זאגן פסעוודא-פראפעשענאל.
איך קען נישט די כללים אבער ווען איך שרייב און ס'פאלט אריין א ספק טראכט איך אין ליטווישע אידיש, ווי מ'קען גרינג הערען די חילוק ציווישן און און אין, דו די, צו צי, אבער נישט אלעמאל ארבעט עס, און איך מאך טעותים אויך, מ'מעג מיר מעורר זיין, כ'ווער נישט באליידיגט, פארקערט, כ'העל מיך צולערנען אביסל.

ניין. כ'מיין דוקא שרייבער וואס זענען מומחים אין אידישער גראמאטיק און ס'דערקענט זיך אין זייער שרייבן. נאר קיין נעמען וועל איך בל"נ נישט ארויסשרייבן. נישט פון די שרייבער אדער די צייטונג וואו זיי שרייבן. ווייל דאס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א הסכמה אויך אויפ'ן תוכן פון זייער שרייבן.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 5:18 pm
דורך פינטאו
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו פראפעשיאנאל שרייבער פארטוישן דעם מייו פון די צוויי ווערטער

אפשר בטעות. איך האב נאכנישט געזען א פראפעסיאנאלער שרייבער זאל עמטליך פארטוישן 'און' מיט 'אין'.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 5:21 pm
דורך שמואל הלוי
ווער ס'פארטוישט עמטליך 'און' מיט 'אין' וכן להיפך, קען זיך נישט רופן א 'פראפעסיאנאלע שרייבער' במחילת כבודו הגדול והרמה.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 5:58 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:ווער ס'פארטוישט עמטליך 'און' מיט 'אין' וכן להיפך, קען זיך נישט רופן א 'פראפעסיאנאלע שרייבער' במחילת כבודו הגדול והרמה.

כבודי הרמה? מחול לך: אבער דער פאקט איז אז זיי שרייבן פאר גרויסע צייטונגען: כאמור. דער אנדערער "ארגאן פון אומאפהענגיגן ארטאדאקסישן אידנטום" האט יא אמת'ע פרפעסיאנאלע אידיש שרייבער און עדיטארס נאר איך בין מער נוטה מסכים צו זיין מיט די דיעות פון'ם ווייניגער פראפעסואנאלן וואכנבלאט ווייל ריהמען דעם אייגענעם רבין און ארויסברענגען זיין גדלות, אפילו ס'איז אביסל איבערגעטריבן, שטייט העכער פון אוועקמאכן אלץ און א יעדן. א גוטן שבת .

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:09 pm
דורך שמואל הלוי
נישט קיין חילוק פאר וועמען מען שרייבט, זאל עס זיין די גרעסטע צייטונג, אבער אויב פארטוישט מען 'און' מיט 'אין', איז מען ווייט פון 'פראפעסיאנאל'.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:נישט קיין חילוק פאר וועמען מען שרייבט, זאל עס זיין די גרעסטע צייטונג, אבער אויב פארטוישט מען 'און' מיט 'אין', איז מען ווייט פון 'פראפעסיאנאל'.

איך בין מסכים מיט דיין מיינונג. ווען איך האב גענוצט דעם נאמען "פראפעסיאנאל" האב איך נישט געמיינט אפצושאצן זייער פאכמאנישקייט, נאר ענדערש צו באצייכענען דעם פאקט אז ער טוט דאס באופן קבוע פאר א צייטונג וואס ווערט פארשפרייט אין די טויזנטער. די קשיא איז נאר פארוואס דער רעדאקטאר אין יענע צייטונג לאזט אדורך אזעלכע ערנסטע טעותים אין גראמאטיק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי איז ריכטיג צו זאגן "טרעטן" בלשון עבר?

געטרעטן?
געטראטן?
געטרויטן?

איך האב שוין געזעהן אלע 3, און איך ווייס נישט וועלכע איז די ריכטיגע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:26 pm
דורך נהורא נפישא
פון ווי שטאמט דאס אז א זייער א סאך מיטל יעריגע פארטוישן אדער מיט אבער און אזוי אויך פארקערט ס'מוז זיין איינער אינעם חינוך סיסטעם וואס האט פארשפרייט דעם טעות ושבשתא כיון דעל על.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:37 am
דורך קרעמער1
דער היינטיגער עולם נוצט דאס ווארט "אפשיי" אלס אויסדרוק פון גרויל און עקל.
און אינדער'אמת'ן איז עס נישט אינגאנצן אומריכטיג. ווייל דער באדייט פון דאס ווארט אזוי ווי זיך אפרוקן און קוקן מיט א דערווייטערונג אויף עמיצן.
אבער למעשה אין "אלע" פריערדיגע ביכער וואו כ'האב געזעהן דאס ווארט (מענדעלע, שלום עליכם, באשעוויס און גראדע) ווערט עס גענוצט אלס אויסדרוק פון עהרע און יראת הכבוד. ממילא קען מען רואיג זאגן אז דער עולם גרייזט.

("פארשייט" ווערט אויך גענוצט ווי: אויסגעלאסן און חוצפה'דיג).

-----

די "מעלות" פארגאנגענעם מאנאט, אין מיין באליבטן קאלום "מאמע לשון", האט געשריבן א זאך וואס איז פאר מיר געווען א חידוש.
נעמליך אז דאס ווארט "עווענטועל" באדייט אין ארגינעל יודיש ווי "אפשר", און דאס אז מ'נוצט עס היינט ווי "מיט-די-צייט" איז געשאפן פונעם ענגלישן "עווענטשעלי".

אנפרעגנדיג א פריינד מיינער, א יידישיסט, האט ער מיר עס באשטעטיגט.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 10:34 pm
דורך הוגה
קרעמער1 האט געשריבן:די "מעלות" פארגאנגענעם מאנאט, אין מיין באליבטן קאלום "מאמע לשון", האט געשריבן א זאך וואס איז פאר מיר געווען א חידוש.
נעמליך אז דאס ווארט "עווענטועל" באדייט אין ארגינעל יודיש ווי "אפשר", און דאס אז מ'נוצט עס היינט ווי "מיט-די-צייט" איז געשאפן פונעם ענגלישן "עווענטשעלי".

אנפרעגנדיג א פריינד מיינער, א יידישיסט, האט ער מיר עס באשטעטיגט.


וויינרייך איז אויך מסכים. אין זיין יידיש-ענגליש ווערטערבוך טייטשט ער:
possible, contingent, possibly, perhaps

יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.