בלאט 3 פון 11

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:14 pm
דורך זר זהב
פאפא איז א חסידות ס'נישט קיין גענעס, ווי איז מעגליך אזא פאפא'נע זענען נערנים סתם ווייל ער איז א פאפא'נער? און אויב ווער איך מארגן א פאפא'נער גייט מיין אייניקל זיין א טיפש?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:16 pm
דורך סאשי פיש
יא
עס איז די סביבה ווי מען דרייט זיך האט א שטארקע השפעה אויפען מענטש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:17 pm
דורך זר זהב
איך קויף עס נישט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:21 am
דורך שמעקעדיג
איך קען קלוגע פאפא חברה. א פאקט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:24 am
דורך סאשי פיש
איך קען נארישע פאפא חברה. א פאקט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:25 am
דורך זר זהב
איך האב געזען א פאפא'נער פריער עסן סאשי פיש און ביי יעדע בייס האט ער געשריגן ימח שמו!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:27 am
דורך בעל הבית
פאפא האט די מערסטע גבירים אין ווילאסבורג,אפשר אלץ לא לחכמים
לחם ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:28 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען קלוגע פאפא חברה. א פאקט!

ווילאנג מ'זאגט דאס אלץ א חידוש, האלט מען נאך אלץ ביים אלטן. משל דומה "ס'דא שווארצע וואס זענען נישט קיין רוצחים".
מענטשן אינערהאלב א קהילה האבן גארנישט אין קאממאן. איך קען איידעלע סאטמארע אינגעלייט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:28 am
דורך סאשי פיש
ווער איז אן עושר חוץ מענצער??

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:29 am
דורך קאווע טרינקער
בעל הבית האט געשריבן:אפשר אלץ לא לחכמים לחם ?

משה שמואל זופניק איז א פאפא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:45 am
דורך בעל הבית
שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:08 am
דורך בעל הבית
בני תורה פעלט אויך נישט אין פאפא ,הרב יצחק אהרן גאלדבערגער,הרב משה מנחם ווייס,הרב אייזיק ואחיו ר'שמעלקא פריעדמאן ,פישער,הרב גבריאל ואחיו ר'שמשון צינער ,גבריאל גאלדבערגער,

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:16 am
דורך ניו יארק
אבער אז מען רעדט שוין במילא....
א גראבע פאפאנע איז געשטאנען לעבן א חדר ווען די קינדער זענען אהיים געגאנגען,
פרעגט אים די מנהל ״די ווארטס אויפ א קינד״?
ענטפערט אים די פאפא׳נע ״ניין!! איך בין סתם גראב״

קענסט עס לייגען אויף סאטמאר אויב דאס וועט די מאכן מער העעפי, די אנדערע פארשטייט זעך...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:42 am
דורך מח-החושב
ווער אימער עס נעמט אנטייל דא אין דעם שפיכות דמים אשכול, צי האלט ער זיך פאר סתם קלוג, צי גאר פאר אן אמתער כופר בעיקר לויט די סטאנדארטן פון דעם וועבזייטל, איז ווארשיינליך א יונגערמאנטשיק שלא נפתחו עיניו און מיינט ס'איז א וויץ גלאט אזוי חויזיק צו מאכן פון א גאנצע קהלה, עטליכע הונדערט משפחות, א פאר טויזנט אידישע נפשות.

עס זענען זיכער דא פון פאפא יונגעלייט אדער מעגליך ערוואקסענע וואס בלאנדזשען אריין אין דעם אשכול און ווערן רויט פאר בושה, און דאס הארץ זינקט זיי צום טיפן אפגרונד זעענדיג ווי מען מאכט פון זיי דאס גענאר בחנם על לא דבר, און מען געט זיי ניטאמאל קיין שאנס, כאילו זיי זענען נישט געבוירן געווארן מיט די רעכט, צו הייסן נארמאל קלוג.

פאר די אין דעם פארום וואס גלויבן נאך עפעס אין די תורה, פאר זיי איז גענוג צו דערמאנען דעם פסוק ארור מכה את רעהו בסתר, וואס קען נישט האבן קיין בעסערן באדייט ווי זיצן אינדערהיים און שרייבן באהאלטענערהייט אויפ'ן סמארט פאון, און זיך אונטערלאכן פון זיך אליין ווי געלונגען און ווי מעכטיג ער איז אז ער קען חוזיק מאכן פון גאנץ ק"ק פאפא און קיינער קען אים נישט כאפן ווייל ער שרייבט דאך אונטער א מאסקע פון א ניק.

און פאר די וואס גלויבן נישט אין גארנישט, חברה, לאכטס וויפיל איר קענט, דאס איז א מציאות וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מאמין דערצו, ווייל די יארן ערפארונג צייגט דיר דאס קלאר אין די אויגן, אז ווען איינער טשעפעט יענעם, סיי וועמען, קומט דאס צוריק אהיים און אפטמאל זייער ביטער.

יעצט קענט עטץ אלע נעמען מיך אויפ'ן צימבל און חויזיק מאכן פון מיר ווי גרויס דאס יאר איז, עטץ קענטס שרייען איך בין אליין א פאפא חסיד, עטץ קענסט שרייען איך בין נאאיוו און סטופיד, וואס אימער איר ווילט. איך בין נישט אזוי געלונגען ווי ענק וועלכע זענען פאפירענע טיגערס און קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל באהאלטענערהייט אין טוילעט און זיך קלאפן אין בויך ווי געלונגען איר זענט. פארפאלן איר דאס אויבערשטע פונעם שטייסל פון דער מענטשהייט. אבער אפחויזיקן סתם אזוי פון מענטשן איז רשעות און קינדיש. אלע גרויסע מויל מאכערס פון מיין עידזש האבן ערגעץ אין די יארן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זיך פארמאכט דאס מויל, און קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס זיי זענען פלוצלינג נשתנה געווארן לאיש אחר, ווייל געווענליך איז שוין די אורזאך באקאנט אין די גאנצע שטאט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:43 am
דורך זר זהב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:00 am
דורך בעל הבית
מח החושב, שטארקע דבירים האסט גיט ארוסגעברענגט די מויל מאכער נקודה


עס איז גארנישט קיין דזאק , די וועלט איז נישט הפקר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:07 am
דורך NAVY SEAL
בעל הבית האט געשריבן:שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד


נישט יעדער וועם דו האסט דא אויסגערעכנט וואוינט און ווילי, סכאפט נישט קיין נפקא מינה במילא, אבער חזקי קריצלער פון לאנדאן וואס ער האט מיט פאפא ווייס איך נישט אבער אזויפיל ווייס איך יא אז ער דרייט זיך און סאטמאר דארט דאווענט ער לערנט ער שיקט זיינע קינדער און סאטמאר און ער איז פון די גרויסע תומכים פאר מוסדות סאטמאר לאנדאן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:17 am
דורך בעל הבית
די חכם ,ער איז אכטע פאפאנער ,ווי זאל ער זיך דרייען אין לונדון ?פאפא האט נישט קיין ביהמ"ד דארט ,אין סאטמער 86 איז זייער א נאטראל פלאטץ רוב מאנטשן האבן מיט סאטמער גארנישט, מאטיאש,גליק ,שנעק, ריינער,אבערלאנדער,

אין אז מען רעדט שון יא פין פאפא- לאנדאן איז כדי אונצומערקן אז הרה"ג ר' משה פאללאק מו"ץ התאחדות קהילות החרידים איז אויך א תלמיד פין פאפא רב ז"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:26 am
דורך I'm back
יארמע רב זאגט, די אונגארישע זענען בעצם נישט אזעלכע נאראנים, מען האט זיי פשוט אזויפיל מאל זיי דאס געזאגט, אז זיי האבן שוין אנגעהויבן גלייבן...
די זעלבע איז מיט פאפא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:37 am
דורך מורינו הרב
מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:08 am
דורך I'm back
מורינו הרב האט געשריבן:מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.


סאטמאר רב ז'ל האט כידוע כסדר געמאכט ווערטלעך.
איך גלייב אז טאמער ער האט דאס געזאגט, איז עס נאר געווען א ווערטל.
מי יעמוד בסוד קדושים...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:55 am
דורך boxcover
ווי איך האב זיך נעכטן געשריבן אין אן אנדערע אשכול איבער די זעלבע נושא, עס איז שוין צייט פאר די היימישע יושבי קופסה (איך בין כאטש ביים דעקל...) צו איינזעהן אז ראסיזם איז אוט אוו סטייל (גוגל וואלט געטייטשט ארויס פונעם נוסח). עס איז נישט יושר, נישט אידישליך, נישט בא'טעמ'ט - ספיציעל ווען מען דערזעהט זיך מיט איינעם פון די חברה אינעם קרייז, און אפילו נישט גויאישליך! און אונז בני ישראל וואלטן ערשט געדארפט דאס איינזעהן און עפרישיעט'ן.

איך רעד דא זיי סיי ראסיזם פון איין חסידות צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין שטאט צו א צווייטען (די אלאמנייס פון סאטמר קעמפס ווייסן זיכער פון וואס כ'מיין), סיי ראסיזם פון איין טיפ יוד צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין רעליגיע צו א צווייטען, און סיי ראסיזם פון איין הויט-קאליר צו א צווייטען.

אויב האט איר - חס וחלילה - נישט די פארשטאנד דאס צו באגריפן - איר פארפעלט צו פארשטיין אז טשעפענען איז שלעכט, הן מה"ת והן מדין גברא, האב כאטש די העפעלכקייט (courtesy) און רעד נישט אזוי ברבים. נאר פאר די צוליבקייט פון חילול שם שמים. די וועלט איז היינט קלענער ווי סיי ווען אימער, און דיין אידיש באהאלט היינט גארנישט. (עיין ערך שמריה.)

און די זעלבע צייט בעט איך די געטרייע הנהלה וואס ארבייט שוין יעצט מיט שווערע כוחות צו קוראַטירן די שטיבל מיט א קאווע זופ, ביטע - בכל לשון של בקשה - לאז אויך באריכטן תגובים וואס האבן ראסיסטישע באמערקונגען און בילדער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:07 am
דורך שת.אדמזאהן
איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.