אפטעמיסט האט געשריבן:ניין. אויף וואטסעפפ זאגט מען אז די שמועות זענען פאלש
כהאב יעצט גערעדט מיט זיין אייניקעל וואס האט דאס ליידער באשטעטיגט אז די נעקסטע מאל וואס מוועהט זעהן זיין לעכטיגע צורה וועט זיין בקרוב בתחיית המתים
אפטעמיסט האט געשריבן:ניין. אויף וואטסעפפ זאגט מען אז די שמועות זענען פאלש
אתא קלילא האט געשריבן:איך בין געוועהן דערביי אזוי עס ליגט מיר אין די ביינער אין איך געדענק נאך גוט זיין הספד ביי די לוייה פון זוטשקא רבי זצ"ל פון בני ברק נאנט צו 15 יאר צוריק י"ד תמוז תש"ס וי ער האט ארומגערעדט אז מפני הרעה נאסף הצדיק אין די רעשט איז היסטוריה ווען די צווייטע אינתיפאדה האט אויפגעריסען צוויי חדשים שפעטער ערב ראש השנה תשס"א
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:געהערט לעצטענס א מורא'דיגע מעשה.
ווען ער איז געוועהן א אינג בחור'ל (דאכט זיך ארום 14) איז ער געפארען צו לובלין זיך צו פארהערן אריין צוגיין אין ישיבה. ר' מאיר שפירא איז פונקט נישט דארט געוועהן. און די פארהערער זענען זעהט אויס געוועהן אזוי ווי די היינטיגע וואס נעמען אן "נאר" (אזוי גערופענע) מצוינים. און מען האט איהם נישט אנגענומען נאר מען האט איהם אהיים געשוקט.
זיצענדיג אזוי אין די באן סטאנציע ווארטענדיג אויפען באן האט ער געהאט מיט זיך א גמרא, האט ער אנגעפאנגען לערענען. אין מיטען קומט אן ר' מאיר שפירא, און זעהט א בחור'ל זיצט דארט אין די באן סטאנציע אין לערענט. גייט ער צו צו איהם און פרעגט איהם...
זאג נאר בחור'ל, ווי אזוי הייסטו?
ער האט נישט געוויסט ווער דאס איז, האט ער געגנטפערט, איך הייס שמואל וואזנער.
פרעגט איהם ר' מאיר, און פארוואס זיצטו דא אין באן סטאנציע און לערענטסט?
זאגט ער, איך בין געקומען צו לערענען און די ישיבה פון ר' מאיר שפירא, אבער מען האט מיר נישט אנגענומען.
זאגט איהם ר' מאיר, נא נא נא, דו קומסט מיט מיר, עס איז מיין ישיבה איך בין ר' מאיר און דו ביזט שוין אנגענומען אין די ישיבה.