בלאט 3 פון 5

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
אפטעמיסט האט געשריבן:ניין. אויף וואטסעפפ זאגט מען אז די שמועות זענען פאלש

כהאב יעצט גערעדט מיט זיין אייניקעל וואס האט דאס ליידער באשטעטיגט אז די נעקסטע מאל וואס מוועהט זעהן זיין לעכטיגע צורה וועט זיין בקרוב בתחיית המתים

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:23 pm
דורך שמעון וואלף
פארט ארום א מעסעזש פון אן אייניקעל וואס זאגט אז ער האט גערעדט קיין ישראל מיט איינעם וואס איז געווען ביים בעט, צוויי מינוט פאר'ן זמן, און יענער האט געזאגט אז די מצב איז סטעיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:53 pm
דורך אפטעמיסט
באשטעטיגט. זכותו יגן עלינו.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
ליידער יא אמת. ברוך דיין האמת מען זאל קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער נאר פון שמחות ,

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:19 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך גלייב עס נאך אלס נישט. וויאזוי קען אזויפיל תפילות און תהילים איינרייסן גיין לריק? און אזא צדיק ווערט אוועקגעריסן צוואנציג יאר פאר די צייט?! זו תורה וזו שכרה?
:cry:

18 יאר פאר'ן צייט.
ומפני הרעה נאסף הצדיק (די אפמאך צווישען איראן מיט די וועלט מאכטען מיט די הילף פון סאטמר)

מפני הרעה נאסף הצדיק - די אפמאך צוישען אמריקה מיט איראן

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין געוועהן דערביי אזוי עס ליגט מיר אין די ביינער אין איך געדענק נאך גוט זיין הספד ביי די לוייה פון זוטשקא רבי זצ"ל פון בני ברק נאנט צו 15 יאר צוריק י"ד תמוז תש"ס וי ער האט ארומגערעדט אז מפני הרעה נאסף הצדיק אין די רעשט איז היסטוריה ווען די צווייטע אינתיפאדה האט אויפגעריסען צוויי חדשים שפעטער ערב ראש השנה תשס"א

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:46 pm
דורך קאווע טרינקער
אתא קלילא האט געשריבן:איך בין געוועהן דערביי אזוי עס ליגט מיר אין די ביינער אין איך געדענק נאך גוט זיין הספד ביי די לוייה פון זוטשקא רבי זצ"ל פון בני ברק נאנט צו 15 יאר צוריק י"ד תמוז תש"ס וי ער האט ארומגערעדט אז מפני הרעה נאסף הצדיק אין די רעשט איז היסטוריה ווען די צווייטע אינתיפאדה האט אויפגעריסען צוויי חדשים שפעטער ערב ראש השנה תשס"א

יעדע צוויי חדשים שטארבט א צדיק.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
נישט יעדער רעבילע וואס שטארט איז א צדיק אין נישט יעדער ליטוישער 'גדול' איז א צדיק וואס איז מגין אויפן דור
האב וואזנער איס געוועהן א גדול בענקים אין תורה אין א גדול אין צדקות אויף א שטייגער פון אמאליגע צדיקים
הרה"ק ר' מאיר אבוחצירא זי"ע פון אשדוד בנו של הבאבא סאלי (שנסתלק בחיי אביו כידוע) האט געזאגט אויף הרב וואזנער אז אפילו 200 יאר צוריק וואלט ער אויך געוועהן א גרויסער חידוש

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:04 pm
דורך שמעקעדיג
ומפני הרעה נאסף הצדיק!
מיט וואס זענען מיר היינט מער שלעכט ווי נעכטן?

Re: הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
הרב וואזנער'ס זוהן זיצט שבעה אין בארא פארק

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט? זיצען שבעה פאר די לוייה?

Re: הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:27 pm
דורך נופת צופים
אזוי דארף מען נישט זיצן נאך יו"ט.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:31 pm
דורך יין שרף
מ׳זעצט זיך שבעה פון ווען מ׳גיבט איבער די מת צו די חברה קדישא. אפי׳ פאר די לויה.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:געהערט לעצטענס א מורא'דיגע מעשה.

ווען ער איז געוועהן א אינג בחור'ל (דאכט זיך ארום 14) איז ער געפארען צו לובלין זיך צו פארהערן אריין צוגיין אין ישיבה. ר' מאיר שפירא איז פונקט נישט דארט געוועהן. און די פארהערער זענען זעהט אויס געוועהן אזוי ווי די היינטיגע וואס נעמען אן "נאר" (אזוי גערופענע) מצוינים. און מען האט איהם נישט אנגענומען נאר מען האט איהם אהיים געשוקט.

זיצענדיג אזוי אין די באן סטאנציע ווארטענדיג אויפען באן האט ער געהאט מיט זיך א גמרא, האט ער אנגעפאנגען לערענען. אין מיטען קומט אן ר' מאיר שפירא, און זעהט א בחור'ל זיצט דארט אין די באן סטאנציע אין לערענט. גייט ער צו צו איהם און פרעגט איהם...

זאג נאר בחור'ל, ווי אזוי הייסטו?

ער האט נישט געוויסט ווער דאס איז, האט ער געגנטפערט, איך הייס שמואל וואזנער.

פרעגט איהם ר' מאיר, און פארוואס זיצטו דא אין באן סטאנציע און לערענטסט?

זאגט ער, איך בין געקומען צו לערענען און די ישיבה פון ר' מאיר שפירא, אבער מען האט מיר נישט אנגענומען.

זאגט איהם ר' מאיר, נא נא נא, דו קומסט מיט מיר, עס איז מיין ישיבה איך בין ר' מאיר און דו ביזט שוין אנגענומען אין די ישיבה.

טאקע א עכטע וונדערבארע מעשה, וואס איך ווייס שוין יאר'ן לאנג, אינטרעסאנט אז א ידיד מיינע וואס איז הרב וואזנערס אייניקעל האט מיר נאכגעזאגט אז ער האט דערציילט די מעשה פאר זיין זיידען זצ"ל מיט א שטיק צייט צוריק, אין די ענטפער פון הרב וואזנער זצ"ל איז געוועהן בהאי לישנא: "סאיז א שיינע מעשה אבער איך ווייס נישט פון דעם צו זאגען" אין האט אוועקגעמאכט די געשיכטע מכל וכל.
אינטרעסאנט אז אין די אהרונישע בלאט האט מען אויך געדריקט יענע וואך די מעשה מיט נאך אפאר צוגעלייגטע לאקשען וואס הייבן זיך נישט אן אין עולם גולם קויפט די געבעקטע בלאפרעיין.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 10:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
און די צייטונג אדער איד איז אויך געשטאנען אז הרב וואזנער האט געלייקענט די מעשה

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:32 am
דורך דולה ומשקה
דאס איז דער ווערסיע ווי אזוי הגר"ש וואזנער פלעגט עס דערציילען:

רבי מאיר שפירא פלעגט אסאך ארום פארען פאר געלט, פולין ליטא גאליציא אונגארען הולונד ענגלאנד און אמעריקא, במשך די לעצטע יארן פון ווען דער מעכטיגע בנין האט זיך געבויט פלעגט רבי מאיר שפירא חוקר ודורש זיין אין אלע מקומות ווי ער איז אנגעקומען איבער בחורים בני עליה בקיאים בש"ס וחריפי מוחות, און ער פלעגט די נעמען און אינפראמאציע פארשרייבען אין א פנקס, כדי אז ווען דער ישיבה טירען וועלן זיך עפענען וועט ער זיי איינלאדענען, אז זיי זאלען ווערן די רבנים פונעם קומענדיגע דור.

זייענדיק אמאל אין וויען ביי איינע פון זיינע באזוכען ביי זיין רבי ר' ישראל מטשורטקוב, וואס האט געהאט געפליכטעט אהין ביים ערשטן וועלטס קריג, איז אנגעקומען צו זיינע אויערן א בחור מיטן נאמען 'שמואל וואזנער' טאקע פון וויען, ער האט איהם באטראכט אמאלביים לערנען פאר א שטיק צייט, דערנאך טאקע פארשריבען זיין נאמען אין דעם פנקס, און ער האט איהם טאקע שפעטער מצרף געוועהן צו דעם געקליבענע צאל בחורים וואס ער האט אריין גענומען אין זיין ישיבה.

אזוי האט עס רבי וואזנער פארציילט, אויב איינער האט א טעיפ פון הרב וואזנער אליין האט ער עס מיט דעם גירסה, דער וואס פארציילט עס אנדערש האט עס 'נישט' אויף א טעיפ.

וואס יא איז, אז אנקומענדיג קיין לובלין, האט א 'פארהערער' איהם נישט געוואלט אקצעפירען אין די ישיבה, ווען דער בוחר האט דאס איבער געגעבען פאר רבי מאיר שפירא האט ער דאס אוועק געמאכט, זאגענדיק אז ער נעמנט איהם יא אן. - - דער הוספה האט הרב וואזנער געקענט אויס לאזען ביים דערציילען, אבער אויב האט מען איהם געפרעגט פריוואט האט ער עס אזוי דערציילט.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:47 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:54 am
דורך איך אויך
וואס יא ,רב וואזנער איז שפעטער אליינס געווען א בוחן אין וויען פאר פאטיענציעלע יח''ל תלמידים. מען קען זעהן זיין נאמען אין מודעות מטעם הישיבה פון יענע יארן.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:15 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:45 am
דורך געוואלדיג
ס'איז דאך נישט [tag]ריכטיג[/tag] :lol:

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:45 am
דורך [NAMELESS]
גרידא בין איך פון די קליינע מאמינים אין מקובלים אדער באבות, דאך איז ווערד צו נאכברענגען עפעס ענדליך צו דעם וואס עס לויפט א חלום בשם הרב וואזנער זצ"ל והלוואי יתקיימו דבריהם.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:00 am
דורך געוואלדיג
האסט שוין איינמאל פארדעם געהערט פון דעם מקובל ר' ששון טבאשי?

און הלוואי זאל דאס נישט מקוים ווערן
#אחכהלובכליוםשיבוא

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:28 am
דורך איך אויך
עס שטייט נישט מען דארף עס פארווערדן צו צעהן חברים סאו גלייב איך נישט דערין.