בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:46 pm
דורך מורינו הרב
נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא וואס עס פעלט פאר פאפא, פארוואס זייער עולם איז קעלטער פון אנדערע חסידות'ן און פארוואס זיי טראגן אזא פנים אויף די גאס.

פאר פאפא פעלט איין זאך: פאליטיק. אויב וואלט געווען צוויי פאפא רבי'ס (ביידע מיט פיל חסידים) און מען וואלט זיך גע'הרג'עט צווישן זיך, וואלט עס שוין געווען א שיינע חסידות. הן מצד עצמם - יעדער וואלט פראבירט אויפצוטון פאר די גאס און ווייזן אז ער קען בעסער פירן די וועלט, בעסער האלטן דרשות און בכלל בעסער ארויפארבעטן די קהילה, און הן מצד די גאס - זיי וואלטן בעסער געטאן מארקעטינג, זיכער געמאכט אז זייער נאמען שטייט גוט און אז יעדער ווייסט אז זיי זענען די געווינער און די אנדערע זייט די פארלירער.

דער מציאות איז אבער אז (ליידער?) איז דאס איין חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה, לערנט נישט פאר קיין שיעורים, האט נישט קיין נאנטע קשר מיטן עולם, און קיינער שטיפט אים נישט דערויף... ער דארף נישט קיין יועצים און יוצא משרתיו וואס זאלן אים גיידן ווי אזוי זיך צו פירן אויסצונעמען פאר די גאס, קיינער לערנט אים נישט אויס אז מען טאר נישט עסן מיט די הענט, ווייל צו וואס פעלט עס אויס? - ס'איז דען דא א קאנקערענץ? - איינעם גייט עס אן?

איך האלט אז משה גבאי האט זייער קלוג געטאן מיטן צושפילטערן די זאך. איך האלט אז ער האט עס קלאר אויסגערעכנט צוליב דעם, ווייל אויב נישט וואלט סאטמאר איינגעשרינקען, קיינער וואלט גארנישט געטאן.

דאס איז לדעתי, דער פראבלעם אין פאפא. אויב זיי ווילן עס פארריכטן, זאלן זיי אנדרייען א געזונטן מחלוקת צווישן די רבי'ס קינדער, און זיי וועלן זען ווי די זאכן וועלן בליען איינס צוויי... בנינים וועלן זיך בויען אינגרויסן, די חסידות וועט וואקסן ווי אויף הייוון און די בחורים וועלן ווערן הייסע חסידים איבער נאכט.

פאפא, געגאנגען, פראבירט אויס!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:44 am
דורך I'm back
סאו וואט האט געשריבן:פארוואס ווען מ'פרעגט א פאפא'נע, וועלעכע חסיד ביסטו? ווי באלאנגסטו?
ענטפערט ער: איך בין א פאפא'נע (מיט א פארשטאפטע נאז), אבער איך בין אויך א ...?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווען די פרעגסט א סאטמארער ווי באלאנגסטו, הייבט ער אן מאכן קארט וויעלס און מאכט נאך די שטימע פון א לייב.
דאונט בי סטופיד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:37 am
דורך טעפל
I'm back האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:פארוואס ווען מ'פרעגט א פאפא'נע, וועלעכע חסיד ביסטו? ווי באלאנגסטו?
ענטפערט ער: איך בין א פאפא'נע (מיט א פארשטאפטע נאז), אבער איך בין אויך א ...?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווען די פרעגסט א סאטמארער ווי באלאנגסטו, הייבט ער אן מאכן קארט וויעלס און מאכט נאך די שטימע פון א לייב.
דאונט בי סטופיד.

אויספלאצט היספלאצתי..

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:09 pm
דורך שת.אדמזאהן
מורינו הרב האט געשריבן:נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא

דער מציאות איז אבער אז דאס איז א חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה,

נישט גענוג געטראכט [tag]מורינו הרב[/tag] און גאנץ א שוואכע מסקנא.
פאפא איז קהילה וואס דער מנהיג זיצט נישט אזוי במנוחה'דיג, נאר איז כסדר פארנומען מיט זיינע מוסדות. און יא, ס'איז אויך די מילאנען ווען ס'פעלט אויס עפעס צו בויען. ומוסדות פאפא אין וומ"ס, ב"פ, מאנסי, קעטסקילס יוכיחו.

און אגב, מ'האלט שוין נאך א מחלוקה. וואס זאל מען טוהן אז ליידער דער עולם האלט נישט אן דעם קאמף?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:35 pm
דורך zurich
מורינו הרב האט געשריבן:נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא וואס עס פעלט פאר פאפא, פארוואס זייער עולם איז קעלטער פון אנדערע חסידות'ן און פארוואס זיי טראגן אזא פנים אויף די גאס.

פאר פאפא פעלט איין זאך: פאליטיק. אויב וואלט געווען צוויי פאפא רבי'ס (ביידע מיט פיל חסידים) און מען וואלט זיך גע'הרג'עט צווישן זיך, וואלט עס שוין געווען א שיינע חסידות. הן מצד עצמם - יעדער וואלט פראבירט אויפצוטון פאר די גאס און ווייזן אז ער קען בעסער פירן די וועלט, בעסער האלטן דרשות און בכלל בעסער ארויפארבעטן די קהילה, און הן מצד די גאס - זיי וואלטן בעסער געטאן מארקעטינג, זיכער געמאכט אז זייער נאמען שטייט גוט און אז יעדער ווייסט אז זיי זענען די געווינער און די אנדערע זייט די פארלירער.

דער מציאות איז אבער אז (ליידער?) איז דאס איין חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה, לערנט נישט פאר קיין שיעורים, האט נישט קיין נאנטע קשר מיטן עולם, און קיינער שטיפט אים נישט דערויף... ער דארף נישט קיין יועצים און יוצא משרתיו וואס זאלן אים גיידן ווי אזוי זיך צו פירן אויסצונעמען פאר די גאס, קיינער לערנט אים נישט אויס אז מען טאר נישט עסן מיט די הענט, ווייל צו וואס פעלט עס אויס? - ס'איז דען דא א קאנקערענץ? - איינעם גייט עס אן?

איך האלט אז משה גבאי האט זייער קלוג געטאן מיטן צושפילטערן די זאך. איך האלט אז ער האט עס קלאר אויסגערעכנט צוליב דעם, ווייל אויב נישט וואלט סאטמאר איינגעשרינקען, קיינער וואלט גארנישט געטאן.

דאס איז לדעתי, דער פראבלעם אין פאפא. אויב זיי ווילן עס פארריכטן, זאלן זיי אנדרייען א געזונטן מחלוקת צווישן די רבי'ס קינדער, און זיי וועלן זען ווי די זאכן וועלן בליען איינס צוויי... בנינים וועלן זיך בויען אינגרויסן, די חסידות וועט וואקסן ווי אויף הייוון און די בחורים וועלן ווערן הייסע חסידים איבער נאכט.

פאפא, געגאנגען, פראבירט אויס!

דו האסט נישט קיין אהנונג ווי גיט דו זאגסט וואלט ווען פאפא רבי געהאט א קאנקירענט א קאמפיטישאן אוי ווי ער וואלט ביהעווט!!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:35 pm
דורך בעל הבית
@PupaNews rabbine shlit''a was standing by a mail box and said something in2 the mail box. When a chusid ask the rabbi the kavuna of it the rabbi said that he just wanted 2 send a voice mail

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
IMG_20150128_213200.jpg


[tag]פישלע העררינג[/tag]???

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:51 pm
דורך אפטעמיסט
פאר דעם האט מען פארפירט מען זאל דיר קענען טעגן?...

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:12 pm
דורך פישלע העררינג
ס'געפעלט מיך מער די רויטע טאוועל פון אונטען, "קהל קהלת" יעקב, ויבואו הדרשנים וידרשו כפל הלשון קהל - קהילת...

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:25 pm
דורך שת.אדמזאהן
וועד צרכי ציבור לתורה ולתפילה.... וואס איז זייער אויפגאבע? צוצושטעלן סידורים? אויף דעם איז שוין דא א חברה קנין ותיקון ספרים בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א!

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:27 pm
דורך שת.אדמזאהן
פישלע העררינג האט געשריבן:ס'געפעלט מיך מער די רויטע טאוועל פון אונטען, "קהל קהלת" יעקב, ויבואו הדרשנים וידרשו כפל הלשון קהל - קהילת...

יטב לב דסאטמאר איז אויך א דאפעלט לשון, סאטמאר איז דאך די בעסטע ווארט אויף "גוט הארץ"....

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:57 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי ביטע זיך איין האלטן אביסעל די דברי ליצנות אויף א קהילה שלימה בישראל , עס זענען דא חברים וואס עס טוט זיי וויי די חוזק ווערטער על קהילתם ומנהיגם אין שעמען זיך מיט (פאפענע ) בושה צי ענטפערן,וואס זענען זיי שילדיג אז רוב בעלי בדיחה דא געהערן צים סאטמערן קרייז אין זיי געבן נישט קיין "דעם" ווען מען (זיי ) שפעט=ען פין זייער קהילה , זאל איינער פראבירען צי טרייבן קאטאוועס פין האדיר הברוך הגדול הדגול ההדור הותיק הזך החי? הטהור היחיד הכביר הלמד המלמד הנשיא הסגיף הערום הפאר הצדיק הקדוש הרשכב"הג השופר(של יהדות) התם (עם בוראו) וועט ער ווערן באפאלען פין די אלע ליצים וואס דעם סאטמערן פונק טוליעט נאך אין הארץ טיף באגראבן פין תש"מ אין ווייטער אין עס וועט אויף שיסן ווי הייסע לאווע אין ווערן אראפ געריסן אלטץ א מלעיג אויף א מנהיג פין א חשובע קהילה (שכחתי , רבן של כל בני הגולה , וואס מיין זיידע תרמ"ז האט געלייגט תפילין בזכותו... כעדותו של ר' זריעל ז"ל ) ולא זו אף זו וועט ער נאך ווערן אויס געשפארט פונעם קרעטשמע , נקודה למחשבה,

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:24 am
דורך גדעון
meme

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 6:51 pm
דורך געוואלדיג
פאפא איז זייער א קלוגע חסידות, מיט איין אויסנאם זיי האבן נישט פארשטאנען אז כדי צו קענען סורווייוון אין ווילי דארף מען זיך מכניע זיין פאר סאטמער ולכן באו הלצים והתלוצצו מהם ללא שום סיבה (חוץ מסיבה זו)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 7:54 pm
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג האט געשריבן:פאפא איז זייער א קלוגע חסידות, מיט איין אויסנאם זיי האבן נישט פארשטאנען אז כדי צו קענען סורווייוון אין ווילי דארף מען זיך מכניע זיין פאר סאטמער ולכן באו הלצים והתלוצצו מהם ללא שום סיבה (חוץ מסיבה זו)

כעין זה , איז ווי שטארק זיי האבן זיך אויפגעבלאזן אין פראנט פון סאטמארס נאז מיט די רבישע מעשות און מיט די אלע לייטס ווען די רבי מאכט חתונה, שטעלטס ענק פאר 'סקלונע' דערקלערט זיך איין טאג פאר א גרויסע חסידות, און זיי בויען זיך א ריזיגע בית מדרש מיט אלע מינע סארטן לייטס מיט סיינס, ווען זייער רבי מאכט חתונה, וואסערע חוזק זיי וואלטן געווען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:38 pm
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:פאפא איז זייער א קלוגע חסידות, מיט איין אויסנאם זיי האבן נישט פארשטאנען אז כדי צו קענען סורווייוון אין ווילי דארף מען זיך מכניע זיין פאר סאטמער ולכן באו הלצים והתלוצצו מהם ללא שום סיבה (חוץ מסיבה זו)


זיי האבן דורך געשוויצט די שווערע יארן ווען סאטמאר האט געוועלטיגט ביד חזקה. היינט צו טאגס האט זיך פאפא פיין באפעסטיגט און איז זייער באקוועם אין וויליאמסבורג. אלץ א באנוס האבן זיי נאך הנאה צוציקוקן ווי די סאטמארע רייסן זיך צווישן זיך און ביידע צדדים זענען העכסט פרייליך ווען פאפא שטעלט זיך אויף זייער זייט.
נעם למשל די אינטערנעט אסיפות וואס זענען פארגעקומן אין וויליאמסבורג, ביידע סאטמאר'ס וואלטן זיך געווינטשן אז פאפא רב זאל זיך באטייליגען ביי זייער אסיפה, מיט דעם וואס מ'לאכט אזוי פון פאפא. למעשה האט פאפא זיך נישט אריינגעלאזט אים די חזעריי און די סאטמערע "חכמים האבן זיך באטייליגט ווי אקסן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 5:32 pm
דורך געוואלדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:פאפא איז זייער א קלוגע חסידות, מיט איין אויסנאם זיי האבן נישט פארשטאנען אז כדי צו קענען סורווייוון אין ווילי דארף מען זיך מכניע זיין פאר סאטמער ולכן באו הלצים והתלוצצו מהם ללא שום סיבה (חוץ מסיבה זו)

כעין זה , איז ווי שטארק זיי האבן זיך אויפגעבלאזן אין פראנט פון סאטמארס נאז מיט די רבישע מעשות און מיט די אלע לייטס ווען די רבי מאכט חתונה, שטעלטס ענק פאר 'סקלונע' דערקלערט זיך איין טאג פאר א גרויסע חסידות, און זיי בויען זיך א ריזיגע בית מדרש מיט אלע מינע סארטן לייטס מיט סיינס, ווען זייער רבי מאכט חתונה, וואסערע חוזק זיי וואלטן געווען

נאר איין נ"מ ציווישן פאפא און סקולען,
פאפא איז א גרויסע חסידות, און ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע האט ער גארנישט געהאט נעך ווייניגער פון פאפא סא לשיטתך דארף סאטמאר זיין חוזק און נישט פאפא, הוא אשר דברנו הלצנות הוא מהאי סיבה

פאפא'ער רבי'ס קלוגשאפט שטעלט זיך ארויס מיטן פולען זון

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 10:52 am
דורך צוקלאפטע הושענא

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:09 pm
דורך שלמה המלך
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_5875.html?m=0

מ'קען אויסלעשען די סאוינד און קיקען אויף די מוישענס און אלעס פארשטיין אזוי!!!!
פלאי פלאים

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:17 pm
דורך שבת אחים
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_5875.html?m=0



קען איינער מסביר זיין וואס ער וויל דא זאגן און וואס פונקטליך דריקט אים ? איך פארשטיי נישט ,

דער גאלאנטער חכם האלט זיך ביי די זייטן ער וויל אויסשיסן פאר געלעכטער פון די דברי חכמה פונעם פּאפּענער :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:32 pm
דורך שת.אדמזאהן
פאפא רבי טענה'ט אז דער עולם איז היפש קאלט פאר די מציצה בפה מערכה, און די שטאט ראט ווייסט דאס, ממילא איידער די רבנים גייען צו די באאמטע להעביר רוע הגזירה, דארף מען זעהן אז דער עולם וואס די רבנים פארטרעטן זענען פונקט אזוי באזארגט. אז נישט וועלן זיי זיך אויסלאכן וואוסענדיג אז די רבנים ברענגן נישט קיין ציבור אונטער זיך.

אזא שלעכטע פוינט? אין מושיען של ישראל קען מען נישט טרעפן אזא צוגאנג פון דער חכימא דיהודאי?

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:41 pm
דורך שבת אחים
אה , כ׳האב נישט געוואוסט אז די קליפ איז פון א אלטע אסיפה פון מציצה בפה , כהאב געמיינט סאיז א לעצטיגע קליפ פון די דירות קריזס אסיפה, אנטשולדיגט! איך האלט נישט פונקטליך מיט די בי עס :P

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:14 am
דורך שת.אדמזאהן
און יעצט.... איז געקומען די רייע אנ"ש דק"ק פאפא. ביים אסיפה נעכטען איז ארויסגעקומען הוראות מרא דאתרא ונשיא המוסדות, אז יעדער דארף האבן א פילטער!
נישט טעג, משומר, גדר, וכו', נאר "מסונן"!
פאפא טעקנישענס האבן אויפגעבראכן די קאוד פון אלע אנדערע פילטערס, און דער רבי האט זיי צוגעוויזן הדרכות למעשה וויאזוי צו מאכן די פילטער שטערקער