קאווע טרינקער האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:ס'כמעט נישטא בנמצא קיין חסידיש ספר פון די ערשטע חסידות פיאניערן וואס זאל מסביר זיין בטוב טעם דער דרך החסידות לדורות הבאים, (חוץ אביסל און די תניא הקפות ברמז), פארוואס? ווייל ס'איז נאר דברים שבעל פה פאר בלויז די מענטשן באותו הדור,
אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה
תניא (אין סידור) אויף הקפות איז מער חסידות לדורות הבאים ווי ליקוטי אמרים תניא?
[tag]ונבנתה העיר[/tag], איר זענט דא? העלף ארויס.
איך קען דען העלפן? נישט איך בין דער מענטש דערפאר און נישט האב איך כח אנצוהייבן פון אלף.
וואס קען איך טוהן אז פון זייטיגע דברים טפלים און שיינע חכמה'לעך מאכט מען א דרך הבע"ש, א מצוה קען אמאל זיין אן עבירה ולהיפך, גיין אין מקוה וכו' וכו' דאס אלעס שמועסט תורת חב"ד אויס באריכות גדול פאר די שוואכע קעפ... און דערנאך זיך קריגן אויב עס איז נשתכח, כ'מיין, האם אר יו קידינג? [כ'שעם זיך דאס צו דארפן שרייבן בכלל].
דער מגיד האט געהאט א תלמיד, געהייסן האט ער ר' שניאור זלמן, ער האט געשריבן א ספר וואו ער לייגט אראפ בסדר מסודר [ווי ער האט פארשטאנען פון מגיד בשם הבע"ש] די כוונת הבריאה, אופן ותוכן העבודה און תכלית העבודה, נאך א חלק האט ער אויף ידיעה און אמונה, דערנאך איז דא פון איהם תורה אור און ליקוטי תורה, דארט שטייט נישט קיין טייטשן ר"ת און גימטריאות, ניטאמאל שטייט ווי שלעכט תאוות האכילה איז און ווי גוט חסד איז, דארט איז ער פארנומען מיט שאלות נצחיות, וואס איז געווען שלעכט ביז די בריאה, וואס וויל מען פון מיר און ווי אזוי פיהרט מען עס אויס, פון די פילאזאפיע שבו ביז עצות פרקטיים, שלא נבוש ולא נכלם, זאלסט נישט אויסגעפונען נאך אכציג יאהר דעט יו מיסט דע פוינט, און דאס אלעס געשריבן מיט א שפראך חודר חדרי בטן שאין בדומה לו.
זיין אייניקל, דער צמח צדק, האט געשריבן א ספר דרך מצותיך, צווישן אנדערע האט ער אן אריכות גדול אויף האמנת אלוקות און איבער פערציג פרקים אויף עבודת התפלה, הינט: עס רעדט נישט פון התלהבות.
צו דעם קומען צו א ים ביאורים, שיחות, סיפורים און ניגונים, וואס זענען אלע כלים אויסצופיהרן איין צענטראלע נקודה.
ווילאנג מען איז נישט טועם דעם אור קען מען לעבן אין דעם קינדערישן דמיון אז דער בע"ש האט פארכאפט גדולי עולם מיט א פאר אויבער-חכמות פון עבירה\מצוה, פשוטע אידן וכו' וכו'.
כ'האב נאך בכלל נישט בארירט די נקודה, כאמור איז דאס נאר אן אמתלא אז די ארבעט איז נישט פאר מיר.