בלאט 3 פון 9

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:23 pm
דורך קאווע טרינקער
gergele האט געשריבן:& You will not drink KAVE...C'mon, folg mich agang.. nor FASTEN ven yeder esst..

midrash peliah

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:25 pm
דורך אליצפן
gergele האט געשריבן:And how exactly do you DO THAT.......Most young couples have a CHILD whithin 12 monthts....

Well, the right way to do it, is to make it so that until there is a steady shalim bayos, one should take precautions not to have children.
How many cases do we need to hear of people who divorce with children, and basically ruin their children's lives, before we come to this common sense conclusion?
Now of course the rabbonim won't allow it to happen, but if we're talking about the right way, then this is it.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:34 am
דורך מאטי
האט אימיצער אפשר באמערקט אז ס דא אסאך מער חתונות ווי אמאל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:49 am
דורך טעפל
No_name האט געשריבן:ס'איז אפשר אביסל אף טאפיק

כ'האב מחדש געווען א מורא'דיגער חידוש אינעם ענין פון "אינטערנעט מאכט אן טויזנטער גיטין", און אז "רוב גיטין וואס קומט היינט פאר, איז א תוצאה פונעם אינטערנעט"

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה לעצטנס ווי קאפל וואס האט געהאט פראבלעמען איז אריין צו א רב זיך דורכרעדן, איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געוואלט אדורכטוהן איז געווען אז ער האט אן אייפאון, ווי נאר דער רב האט דאס געהערט, האט ער זיך אויפגעשטעלט און "אן אייפאון? איך קען נישט רעדן מיט דיר ווילאנג דו האסט אן אייפאון, גיי ארויס"...

איבריג צו זאגן אז דאס ביסל סטאקס וואס ער האט נאך געהאט ביי איר איז צובלאזן געווארן, וואס איז געווארן ווייטער איז נישט רעלעוואנט, אזויפיל יא אז ס'האט אנגעמאכט גרויסע חרבנות.

יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס דער אינטערנעט מאכט אזויפיל חורבנות, ווייל די מקנאי ה' צבאות, די לוחמי מלחמי ה' מאכן זיכער אנצודרייען און אפצוטיילן איינער וואס האט אינטערנעט (א פראבלעם וואס זיי אליין האבן באשאפן)...

דערמאנסט מיך פונעם טאטען וואס די מנהל האט איהם גערופען פרעגען צו ס'איז אמת אז ס'איז דא אינטערנעט אין די ארבייט, זאגט ער אינטערנעט איז דא אבער ארבייט נישט, שוין צוריק צום נושא..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:06 am
דורך gergele
פארשטייט זיך איך רעד אלץ אן קינדער, ווייל איינמאל מ'האט קינדער איטס עי דיפרענט באללגעים
.


NOW YOU ARE TALKIN period.............

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:58 am
דורך שמעקעדיג
נאך א וויכטיגע הנהגה וואס דארף ווערן איינגעפירט שטארק ביי אונז כדי צו פארמיידן אזויפיל פראבלעמען, איז אז יעדע פארפאלק נאך די חתונה מוזן גיין צו שיעורים וועלכע שטעלן אראפ יסודות הבית. די שיעורים בעפאר די חתונה איז קלאר נישט גענוג, ווען מען לערנט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אינסטרוקציעס ווי אזוי זיך צו באפארען אין די גרויסע וועלט איז די דרשה ווערד א רעטעך - למחצה ולשליש ולרביע. אבער בשעת מען איז שוין אינעם פעקל, מען זעהט מיט די אייגענע אויגן מיט וועמען - און מיט וואס - מען האט צו טון, מען אנערקענט פירסט-הענד די שוועריגקייטן, דאן איז יעדע ווארט הילף און אדווייס כמים קרים על נפש עייפה, און מען קען פאקטיש פראקטיצירן די אלע עצות און אדווייס.

ממילא דארף מען מאכן סיי צענטראלע דרשות איבעראל ווי סיי די מענער און סיי די פרויען זאלן ערשיינען, און אויך זאל מען קענען פריוואט פרעגן פראגעס, און אפשר זאל מען טיילן בוכלעך אין קורצן די יסודות און כללים, און דאן קען מען האפן צו פארשפארן אסאך עגמת נפש אינעם צוקונפט בעז"ה.

(אין קרית יואל איז דא איינער פריעדמאן - א חתן מדריך - וועלכער שטעלט צו שיעורים פון צייט צו צייט, ער אדווערטייזט אין די צייטונגען. ממנו ילמדו וכן יעשו).

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:47 am
דורך גיבור
סאו וואט האט געשריבן:איך האלט מ'דארף טוישען אז נאר רעבעצינ'ס זענען כלה טיטשערס, זיי דארף מען ווי אמשנעלסטן דאמפען.
אריינברענגען בעל בתיש'ע כלה טיטשערס... וואס זענען עושין רצון בעלה... און זיי זאלען מחנך זיין דו נעקסטע דור
אויף קלערן ווי גוט ס'איז... און אויסלערנען ברחל בתך הקטנה וואס מ'מעג יא... און אז אלעס מעג מען טוען כדי צופרידנצושטעלען א מאן...
און נישט דערמאנען א ווארט נישט וואס מ'טאר נישט... ווייל עפ"י הרמב"ם ז"ל מען מעג אלעס....
ויהא אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום....ווייל פון דעם פאנגט זיך עפ"י רוב אלעס אן.

:like :like :like :like :like :like
גוט געזאגט !

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:30 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א וויכטיגע הנהגה וואס דארף ווערן איינגעפירט שטארק ביי אונז כדי צו פארמיידן אזויפיל פראבלעמען, איז אז יעדע פארפאלק נאך די חתונה מוזן גיין צו שיעורים וועלכע שטעלן אראפ יסודות הבית. די שיעורים בעפאר די חתונה איז קלאר נישט גענוג, ווען מען לערנט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אינסטרוקציעס ווי אזוי זיך צו באפארען אין די גרויסע וועלט איז די דרשה ווערד א רעטעך - למחצה ולשליש ולרביע. אבער בשעת מען איז שוין אינעם פעקל, מען זעהט מיט די אייגענע מיט וועמען - און מיט וואס - מען האט צו טון, מען אנערקענט פירסט-הענד די שוועריגקייטן, דאן איז יעדע ווארט הילף און אדווייס כמים קרים על נפש עייפה, און מען קען פאקטיש פראקטיצירן די אלע עצות און אדווייס.

ממילא דארף מען מאכן סיי צענטראלע דרשות איבעראל ווי סיי די מענער און סיי די פרויען זאלן ערשיינען, און אויך זאל מען קענען פריוואט פרעגן פראגעס, און אפשר זאל מען טיילן בוכלעך אין קורצן די יסודות און כללים, און דאן קען מען האפן צו פארשפארן אסאך עגמת נפש אינעם צוקונפט בעז"ה.

(אין קרית יואל איז דא איינער פריעדמאן - א חתן מדריך - וועלכער שטעלט צו שיעורים פון צייט צו צייט, ער אדווערטייזט אין די צייטונגען. ממנו ילמדו וכן יעשו).


די זאגסט זייער גוט, איך וויל נאר אביסל צולייגן און מפרט זיין וואסערע subjects מ'זאל מיט אונזערע חתנים און כלות לערנען.

ליידער לערנט מען היינט בדרך כלל נאר 2 ענינים, די ערשטע איז הלכות נדה וטהרה, די צווייטע איז הלכות קדושה וטהרה.

פאר חתנים:
1.מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א מיידל. פארשטיין געבן א מיידל'ס מהלך המחשבה.
2.הלכות נדה וטהרה
3.הלכות עונה למטה מעשרה טפחים, פשוט וואס ווען און ווי. און איר ציל פון אהבה, שמחה, שלום והיו לבשר אחד.
4.השקפת החיים ויסודות הבית, ברוחניות ובגשמיות.
5.הדרכה בנוגע חמיו וחמותו אביו ואמו.
6.סטריט מדות, מענשליכקייט וואס מ'מוז האבן אין די גרויסע וועלט.
7.געלט זאכן, בודזשעט, קרעדיט, טעקס'ס וכדומה. און אויך אביסל מסחר אויב ער גייט גלייך ארבייטען.
8.שטאטישע פראגראמען והמתעסף

פאר כלות:
1.מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א בחור. פארשטיין געבן א בחור'ס מהלך המחשבה.
2.הלכות נדה וטהרה
3.הלכות עונה, פארשטיין געבן די needs פון א מאן, און זיין קאפ דרייעניש בפרטיות אין דעם נושא. און די תוצאות פון אהבה, שמחה, שלום והי לבשר א'.
4.השקפת החיים ויסודות הבית, ברוחניות ובגשמיות. און קלאר מאכן וואס צניעות מיינט פארן גאס, און וואס עס מיינט פארן מאן.
5.הדרכה בנוגע טאטע, מאמע, שווער, שוויגער.
6.געלט זאכן והמתעסף, shopping and spending.

חינוך הבנים והבנות איז א אלטע דיבעיט צו מ'זאל חתן און כלה פאדרייען די קאפ מיט דעם. אבער ס'איז כדי אז בשנה ראשונה זאל מאן און ווייב ליינען און הערן וועגן די נושא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:41 pm
דורך שמו יגער
שמעקעדיג האט א שטארקע נקודה. אבער איך מיין אז דאס איז בעיקר וואס מען דארף צו לערנען טאקע פאר די חתונה פשוט כדי נאס צו מאכן די פיס, צו וויסן ״ בערך״ וואס צו ערווארטן לאחר החתונה. נאכדעם וואס מען האט שוין אביסל טועם געווען דאס געשעפט.....דאן הייבן די קשיות אן צו פלאגן די מח ״ אוי! וואס האט מען געזאגט ביים שיעור טוט מען אין אזא פאל?? די נקודה האט מען נישט גענוג אויסגעשמועסט...וכו׳..״ דעריבער דאס צו לעזן, איז דא חתנים מדריכים ( הלוואי אויף אלע געזאגט) וואס זענען בקשר מיט׳ן יונגערמאן לאחר החתונה באופן אישי כדי לשמוע מער פרטיות זיינע קשיות בנוגע כל הענינים אין קענען געבן שטיצע,חיזוק אין עצות בנוגע דעם יונגערמאנ׳ס ״אייגענע״ מצב.

נאכאמאל אוודאי שיעורים נאך די חתונה איז זייער וויכטיג, אבער עס קומט נישט צו צו דעם ווי האבן א פרייוועט מדריך צו פרעגן בכל עת מצוא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:58 pm
דורך outspoken
ביי די ליטווישע איז דא א''ג קאפעל מדריכים, ד''מ אז די מאן לערענט מיט די חתנים און זי מיט די כלות. און אזוי נאך די חתונה ארבייטען זיי צוזאם, די מעלה דערפון איז אז יעדער שפירט זיך באקוועם צו רעדען (אפגערעט, די מעלה פון צניעות) און ס'דא גוטע קומאניקאציע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:08 pm
דורך שמו יגער
איך קען אזא חסידישע חתן/כלה מדריך/ה אבער ביי זיי איז דא מער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק, רויטע וואנצעס, פארן אזוי שיין צונעמען די נושא.
היינט איז שוין דא קלאסן פאר רוב פון די ענינים, כ'האב עס שוין ערגעץ געשריבן. יעדן בין הזמנים זעהט מען אדווערטייזמענטס אין די שוהלן. כ'מיין עס קאסט א טויזענטער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:59 pm
דורך גיבור
אבער וואס האבן מיר פון דעם אויב די עלטערן שיקן נישט די קינדער ?
מען דארף אויפקלערן די עלטערע דור די פראבלעם .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:10 pm
דורך בדחן
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] דעתי העניה אז עס איז צי שפעט צי לערנען מידות ביי די 19 יאר דורוך עטליכע שיעורים אין די פיר חדשים פון א חתן ווערן ביז די חתונה,

מען דארף טאקע ארבייטען אויף די מידות יעדן טאג אנגעהויבן פון אלץ קליין קינד ביז די הינדערט און צוואנציג,
אבער א מענטש פארעמט זיך אויס מיט זיינע מידות בעיקר פון די 11 יאר ביז די 16 יאר, פון דארט אין ווייטער איז נאר טאטש-אפס עליות אין ירידות, איינער וואס גייט אריין אלץ חתן ווערען מיט שלעכטע מידות איז שוין צי שפעט אז פיר פינף שיעורים זאל אים טוישען.

דיין עצה פון ארבייטען אז די יונגעלייט זאלן האבן גיטע מידות איז גאר גוט, אבער מען דארף לייגען דגוש דערויף ביי די צוועלף דרייצען פערצען פופצען זעכצען יאר, אמת אז מען זעט אמאל אויסנאמען יונגעלייט ווי זיי טוישען זיך, אבער דארפאר זעט מען עס טאקע ווייל זיי זענענן אויסנאמען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
בדחן טייערע איך בין מסכים מיט דיינע דברים של טעם.

מיין נקודה איז: "מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א בחור/מיידל. פארשטיין געבן א בחור'ס/מיידל'ס מהלך המחשבה."
די נקודה מאכט סענס צו לערנען ערשט פאר די חתונה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:51 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:14 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:32 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:יו זאגט ער גוט!
http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... ternet.pdf

זייער גוט געשריבן. ער שפיגלט אפ אויפ'ן האר דעם לעבנסוועג פון שלום דיען. (דער עכטער. נישט דער וואס שרייבט דא אין קאווע שטיבל.(

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:38 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט

http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/


איך האב געליינט נאר די ערשטע האלב ארטיקעל, ער מאכט מיר נערוועז, עס זעט שטארק אויס אז זיין צוגאנג צו א גט איז אז די מאן איז ע"פ רוב שולדיג און די פרוי איז ע״פ רוב גערעכט, די פאר גיטין איך האב מיט געהאלטען זענענן די פרויען געווען 50% אדער מער שולדיג,

בנוגע אפהאלטן א גט, אויב וואלטן רוב פרויען נאכן גט זיך נישט אויפגעפירט אזוי אכזר׳יש מיטען סטראשען יעדע צווייטע וואך דעם מאן מיטען נישט לאזען זען די קינדער, וואלט - מעגליך - די גיטין געגאנגענן שנעלער, דאס אז מען שפילט זיך אזוי ארום מיט די טאטעס מיט נישט לאזען זען די קינדער נאך א גט אדער נאך א סעפערעשין, האט - לדעתי - א השפעה אז די גיטין זאלען אנקימען שווערער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:43 pm
דורך שמעקעדיג
בדחן. א שטארקע נקודה.
אויף VIN ברענגט ער נאך די ארטיקל, און אסאך קאמענטירער שרייבן דיין טענה, און מיט רעכט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:35 am
דורך קינות גירושין
בדחן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט

http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/


איך האב געליינט נאר די ערשטע האלב ארטיקעל, ער מאכט מיר נערוועז, עס זעט שטארק אויס אז זיין צוגאנג צו א גט איז אז די מאן איז ע"פ רוב שולדיג און די פרוי איז ע״פ רוב גערעכט, די פאר גיטין איך האב מיט געהאלטען זענענן די פרויען געווען 50% אדער מער שולדיג,

בנוגע אפהאלטן א גט, אויב וואלטן רוב פרויען נאכן גט זיך נישט אויפגעפירט אזוי אכזר׳יש מיטען סטראשען יעדע צווייטע וואך דעם מאן מיטען נישט לאזען זען די קינדער, וואלט - מעגליך - די גיטין געגאנגענן שנעלער, דאס אז מען שפילט זיך אזוי ארום מיט די טאטעס מיט נישט לאזען זען די קינדער נאך א גט אדער נאך א סעפערעשין, האט - לדעתי - א השפעה אז די גיטין זאלען אנקימען שווערער.

בדחן איך אגרי מיט דיך א הונדרעט פערסענט!
(כמיין סאיז די ערשטע מאל און היסטארי)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:52 am
דורך שמעקעדיג
נו, ווי אזוי זאגט די וועלט: א בדחן זאגט אויך אמאל א גוט ווארט....