בלאט 3 פון 8
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:07 pm
דורך דעת תורה
בדחן, זעהט נישט אויס אז דו האסט אמאל באזוכט ירושלים, סאטמאר מהר"א איז די קלענסטע קנאי'שע(?) קהילה דארטן. חסידי ירושלים איז צוויי מאל אזוי גרויס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:15 pm
דורך בדחן
איך האב נישט גערעדט פון ירושלים דווקא, עדה האלט זיך בעה"ב איבער גאנץ אר"י כולל בני ברק,
אבער מיין פוינט איז נישט ווער עס איז גרעסער מוהר"א אדער זיין ברידער, זיי זענענן מן הסתם בערך די זעלבע גרויס, די פאקט אז די עדה בלייבט איבער נאר מיט מוהרז"ל אין תוא"י אין איר באזע, דארף זיין א וועיק אפ קאל פאר די פירער דארט אז זיי זאלען ראטווען וואס איז נאך שייך צי ראטווען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:33 am
דורך נאר,,פרייליך
בדחן האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון ירושלים דווקא, עדה האלט זיך בעה"ב איבער גאנץ אר"י כולל בני ברק,
אבער מיין פוינט איז נישט ווער עס איז גרעסער מוהר"א אדער זיין ברידער, זיי זענענן מן הסתם בערך די זעלבע גרויס, די פאקט אז די עדה בלייבט איבער נאר מיט מוהרז"ל אין תוא"י אין איר באזע, דארף זיין א וועיק אפ קאל פאר די פירער דארט אז זיי זאלען ראטווען וואס איז נאך שייך צי ראטווען.
בדחן טייערער חלמא טבא חזית איר קענט בכלל ניש די מאפע בארה''ק דער ראב''ד האט ניטאמאל היצט געקענט ארויסדערזעהן פינעם הנהגת ה'בלאט פראקציע נאר א גאר קורצע הבהרה פון רצונו של אדם זהו כבודו און פארגעס ניש דא רעדט מען פון א רשכבה''ג וואס קען נעמען די גרעסטע קנאי'שע קהילות פון אר''י צו זיך
כ'פארשטיי איר זענט סך הכל א בדחן אבער בדחנות האט אויך א גדר ווי איין...
ס'מיר טאקע א פלא פ''ו כאטש עפעס א מודעה לכה''פ וויפיל די נטורי קרתא באקימט אין בלאט זאל דער ראב''ד זיך פארדינען מחמת כבודו הרמה וואס ווערט אזוי מבוזה.
זכותים ליום הדין
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:06 pm
דורך קאווע טרינקער
אלמעכטיגער גאט
ביסטאך א יודע הכל, דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך האב יעצט געטוהן, אבער דיין רשב"א שרייבט דאך קלאר מצוה לפרסם עושי מצוה, ואם אין אני לי מי לי, ע"כ בין איך דא מגלה מעשי הטובים.
ממש יעצט קום איך צוריק פון גאס, שוויצעדיג און מיט שמוציגע הענט, נאכן אויפהייבן פון די ערד עטליכע 100 פאפירן, געשריבן מיט הייליגע תורה-אותיות דברי בזיון אויף א תלמיד חכם.
הייליגע באשעפער, זאל די שווייץ, די שווארצע הענט, און די בזיונות מכפר זיין אויף אלץ וואס איך האב געטוהן כנגד רצונך דורכאויס די יאר, און נאך איין בקשה, איך בעט דיר, נעם אראפ דעם חרון אף פון כלל ישראל, און זיי מעניש נאר די וואס האבן עוסק געווען אין דעם, דער מנסח, דער פרינטער, דער ווארפער, און ס'זאל מקוים ווערן "יכירו וידעו כל באי עולם" אז "יש מנהיג לבירה".
אני החותם מטה
קאווע טרינקער (מיין עכטע נאמען איז נישט קיין סוד אין הימל)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:18 pm
דורך יואב
קאווע טרינקער האט געשריבן:קאווע טרינקער (מיין עכטע נאמען איז נישט קיין סוד אין הימל)
קאווע'לע, אין פאל ס'קומט פאר סיי וואספארא צומישעניש קען מען דיר לייכט אידענטעפיצירן מיט דיין אוואטאר. מ'וועט אריינסקענען דיין אוואטאר, ס'וועט באלד ארויפשווימן די "בת פלוני לפלוני" אינפארמאציע. און סך הכל פון 5 מענער זי האט, וועט נישט זיין שווער דיר צו באמערקן דער יעניגער מיט די שווארצע הענט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:18 pm
דורך ברסלבער
איך קען נישט אריינרעדן אין די שמוץ וועש סומאטוכע, ווייל איך בין לגמרי נישט באקאנט אין דעם, אבער איך מוז גראטולירן [tag]קאווע טרינקער[/tag] פאר זיין שיינעם אקט פון אויפהייבן פאשקעווילן, באמת וואלט מען געדארפט צוזאם נעמען יעדן פאשקעוויל וואס ווערט געווארפן אויף סיי וועמען, אבער עכו"כ ווען עס איז געשריבן אויף א גדול בישראל.
אשריך קאווע טרינקער, כמותך ירבו בישראל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:27 pm
דורך שמו יגער
קאוועלע אשריך!! אבער פון ווי נעמסטו דאס אז אזא אקט ווי אויפהייבען פאשקעווילן וואס זענען געשריבען געווארן קעגן גדולי ישראל וועלן דיך העלפן פטור ווערן פון ״ אלע״ דיינע עבירות פון א גאנץ יאר. איז דאס פעיר??? ועוד זיי נישט אזוי שטארק מתפלל פאר די הענט ידי זרים שכתבו שטנה נגד צדיק לאז די אויבערשטער פירן זיין וועלט מיקס אוט פראם היס ביזנס...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:27 pm
דורך I'm back
סתם פאר נייגעריקייט, וואס האט קעסטענבוים מיט דער גאנצע מעשה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:45 pm
דורך outspoken

קאווע טרינקער
כ'וואלט אויך אויפגעהויבען די צעטעלעך, אבער כ'ווייס שוין נישט וואס מיינט א גדול, ווען איך גיי אנהייבען גלייבען און פאלגען די גדולים, דארף איך גיין צו די בחירות, גראבען קברים, גיין אין נחל חרדי, גלייבען אז ר' חיים הערש איז די ממשיך פון רביה''ק זצוק''ל, מהר''א איז נ שערי ט. מ'דארף גיין אין ערכאות,בגץ, ועוד ועוד
רבוש''ע, כ'בין טאקע א שוואכע צעקלאפטע פיס סאלדאט אין דיין ארמיי, אבער איין זאך רבוש''ע, כ'טריי צו נעמען מיינע שוואכע טריט לויט ווי די שרייבסט אין דיין תורה און וואס דיינע הייליגע גענעראלען מדורות הקודמים האבן געזאגט, און כ'האב ב''ה קיין שום שייכות מיט די א''ג גדולים, גיב מיר און גאנץ כלל ישראל א כתובה וחתימה טובה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 pm
דורך קאווע טרינקער
שמו יגער האט געשריבן:קאוועלע אשריך!! אבער פון ווי נעמסטו דאס אז אזא אקט ווי אויפהייבען פאשקעווילן וואס זענען געשריבען געווארן קעגן גדולי ישראל וועלן דיך העלפן פטור ווערן פון ״ אלע״ דיינע עבירות פון א גאנץ יאר. איז דאס פעיר??? .
וויפיל עבירות מיינסטו האבעך שוין געטוהן היי יאר?
קוים קוים.
שמו יגער האט געשריבן:ועוד זיי נישט אזוי שטארק מתפלל פאר די הענט ידי זרים שכתבו שטנה נגד צדיק לאז די אויבערשטער פירן זיין וועלט מיקס אוט פראם היס ביזנס...
אפשר זיי נישט מתפלל פאר געזונט, פרנסה, נחת, לאז ה' פירן זיין וועלט..
ס'איז דאך אוודאי דא א חרון אף, איך בעט בסך הכל אז די כעס כביכול זאל נישט אפעקטירן אומשולדיגע.
מר. [tag]outspoken[/tag], איך האב דירעקט נישט געשריבן און דערמאנט דאס ווארט "גדול בישראל", בזיון תלמיד חכם האט גארנישט מיט וויפיל פראפעגאנדע די צייטונגען מאכן.
וויליאמסבורג, עיר הנדחת וואס דו ביסט, פוי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:21 pm
דורך שמו יגער
נישט אויף דעם זאגט מען ולא יעיר ״ כל״ חמתו?? מען בעט אז אפילו עס איז דא א ריגזה כביכול זאל ער רחמנות האבן אפילו מען האט נישט געטון ריכטיג ( די ביסל עבירות כלשונך קוים קוים....)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
און פארוואס מיינסטו אז גאט וואס פירט שוין די וועלט מיליאנען יארן, און טראגט די דאגות נישט בלויז פון חשין און לעפקאוויטש, נאר אויך פון די שבטים אין די אמאזאנס, און די פלאנעטן אין ווייטע הויכע גאלאקסיען, דאגה'ט זיך מיט די אומווערדיגקייטן פונעם וויליאמסבורגער עם הדומה לחמור?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:26 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:און פארוואס מיינסטו אז גאט וואס פירט שוין די וועלט מיליאנען יארן, און טראגט די דאגות נישט בלויז פון חשין און לעפקאוויטש, נאר אויך פון די שבטים אין די אמאזאנס, און די פלאנעטן אין ווייטע הויכע גאלאקסיען, דאגה'ט זיך מיט די אומווערדיגקייטן פונעם וויליאמסבורגער עם הדומה לחמור?
אפיקורס! גאט פירט נאר די וועלט 5773 יאר...
בעיקרון ביסטו גערעכט, אבער די פראבלעם איז אז די וויליאמסבורגע חמורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו די גאולה, מיינען אז גאט קוקט נאר אויף זיי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
כמובן שכתבתי בדרך משל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:38 pm
דורך בדחן
I'm back האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וואס האט קעסטענבוים מיט דער גאנצע מעשה?
ר׳ אליעזר קעסטענבוים וואלט שוין לאנג כפרות געשלאגען מיט את״ק און מיט די פאר היץ קעפ און וואלט זיי אפגעשאקעלט פון די זאליס, און עס איז בידו עס צי טיען ער האט די פאוער דערצו, און ער האט גאר א שטארקע סיבה דערצו וויבאלד ער איז פערזענליך נאנט מיט ר׳ אברהם סלאנים, און טייל זאגען אז ער איז א אינוועסטירער אינעם דיעל דארט,
עס איז אבער דא א פראבלעם, די עדה האט דעליווערט פאר די זאליס בני ברק מיט די אויפטי אז נישט די זאליס זענענן אריין בערכאות,
אויב וועלן די זאליס כפרה שלאגען מיט את״ק, וועלן די היץ קעפ אין את״ק זען אז די גאס זאל וויסען אז עס איז געווען די זאליס וואס זענענן אריין בערכאות אין בני ברק, ועוד ואכמ״ל.
אויף די מאמענט כאפט את״ק אן די זאליס ביים גארגעל מיט בני ברק און די זאליס מיזען זיי שטיצען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:44 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:כמובן שכתבתי בדרך משל
נחמתני.
וכל הקללות יהיו בטלים כעפרא דארעא וכוכביא דבשמיא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:16 pm
דורך נאר,,פרייליך
@בדחן דערווייל זעה'ך אז עטס זענט'ס אויך ביים גארגעל א חוץ ארומשיקען אין אימעיל און פארשפרייטען אין בתי מדרשים די ליצנות מאמרים אויף אתרא קדישא און גאב''ד קענט איר נישט דערמאנען א מילה אין ענקער בלעטער און טעלעפאנען וואס גייט פאר אליעזר האט שוין אויך עפעס א קנוניא מיט מהר'א??
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:46 pm
דורך בדחן
פרייליך, איך לייען נישט די בלאט, איך בין נישט קיין ארוני, איך שיק נישט ארום קיין בריווען, און רעדט נישט בשבח אדער בגנות פון קיין איין צד.
בסך הכל פארצייל איך פאקטן לויט ווי אזוי איך האב געהערט און איך ווייס, אויב די ווייסט עפעס אנדערש אדער די ווייסט אז די מציאות איז נישט ווי אזוי איך האב עס געשריבען, שרייב דיין מיינוג בדרך כבוד, אבער לאז ארויס ״דו - עטס - אונז - ענק״ דא אין שטיבעל איז בדרך כלל קיינער נישט קעגן קיינעם, בסך הכל שמיעסט מען געמיטליך די נייעס.
די ארונים אינאיינעם מיט תו״א האבן דא אנגענימען גאר א קליגע סטראטעגיע: ״שטיי נישט אין וועג פאר דיין שונא בשעת ער שיסט זיך אליין״
את״ק וואלט געהאפט אז די ארונים זאלען ווערען א צד דא, און דאס זאל זיי געבן עפעס קרעדעביליעטי און עס זאל ווערן א ארוני זאלי פייט, די ארונים שפילען נישט אריין אין זייער הענט און לאזען אז זיי זאלען אליינס ווייטער טיפער און טיפער גראבען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:56 pm
דורך שעפטל
[tag]בדחן[/tag] אקוראט ווי איך האב געשריבן... זכה נעשה מלכתם ע"י אחר... מ'זיצט רואיג און משמייכעלט ווי אתרא קדישא כאפט מכות,
און [tag]נאר,,פרייליך[/tag] טאנץ נישט יעצט אויף אז ס'גייט אויפן חשבון פון די קברים, ווייל מעגסט אזויפיל פארשטיין אז ס'דא גרויסע אידן (עכ"פ מיר האלטן אזוי און מיט רעכט) אין וועם זיך אנצוהענגן. כלל ישראל האט נישט אינגאנצן אפגעקויפט אז רב שמידל איז דער איין איינציגסטער וואס ווייסט ווי אזוי א איד קוקט אויס לאחר מיתה, נאכדערצו ווען מ'האט געזעהן זיינע ליגענטס ביי די נשר מלחמה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:03 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטל וויזוי קויפט איר אפ אז פון בורות, אוצרות תבואה, ווערט גאר קברי עכו''ם איז דאס נישט א גרעסער חידוש מ'ברויך זיין א גרויסער עילוי משיג צו זיין אין וועמען איר זענט יא בלינד און וועמען נישט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:04 pm
דורך לאליפאפ
קאווע טרינקער האט געשריבן:
וויליאמסבורג, עיר הנדחת וואס דו ביסט, פוי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:06 pm
דורך סאשי פיש
ווער נעמט עס פאר א אונטערשריפט?....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:17 pm
דורך שעפטל
דער אמת וואס עס גייט פאר אין די סלאנים דירות פראיעקט אין בית שמש!!!
ליינט:
ווער האט געגרינדערט אתרא קדישא?
וואס האט פאסירט די לעצטע יארן?
"פינו קברים" אין פראיעקט הולילנד ועוד
אתרא קדישא אמאל און היינט
יעצט צום נושא וואס איז עומד על הפרק
דער ערשטער ישיבת בית דין, תמוז תשע"א
רעזיגנאציע פון הגאון הרב קופשיץ שליט"א
בי"ד קומט אראפ צום שטח! - צווייטע ישיבת בי"ד
בי"ד זאגט "יא" צו די בדיקות
בדיקת השלשה מערות תחת השגחת הביד"צ
דריטער ישיבת בי"ד, כ"ו אלול תשע"ב
תשובה פון הגר"ד שמידל נגד הוראת הבדי"ץ
א פרישע שיין פון האפענונג
די געיעג ארויסצושלעפן א איסור פון בי"ד
מיט אומצאליגע דאקומענטן און פאקטן!
https://www.dropbox.com/sh/2l6o56ni01o0bra/_IQivglOPp