בלאט 3 פון 5

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:09 pm
דורך פריינדליך
יאנקל האט געשריבן:אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז די מלמדים האבן רעכט, און אז זיי ווילן מחנך זיין די קינדער, איז דאס שוין א גאר ווייטער שפרינג ביז מאכן א "תקנה"! העכסטנס זאל דער מלמד רעדן און חדר דערוועגן, און בעטן אז ווער עס קען זאל נישט קומען מיט קורצע ארבלען. ווי קומט דאס ביז דיקטירן און קאנטראלירן וויאזוי א מאמע מעג אנטון א קינד?!
דא


בקיצור מיט דיר האלט מען ביי אלף, דאס הייסט אפילו אז דער ת"ת האלט אז עס איז אויסגעהאלטן אזוי פאר חינוך, אדער אז עס איז א שטארקע נקודה להלכה, טאר מען נאך אלץ נישט מאכען קיין תקנה, ווייל מען טאר נישט איינטיילען די מאמע וואס צו טיען,

אויב איז דאס דיין מיינוג ביסטע גערעכט,

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:18 pm
דורך פריינדליך
נולד מאוחר האט געשריבן:זענען די תקנות קריטש וויכטיג פארן עקזיסטענס פאר די מוסדות, אדער סאיז סתם ואפשר לישב?
גארנישט איז נישט קריטיש וויכטיג, מען מאכט תקנות אז עס זאל נישט ווערען קריטיש וויכטיג, ווען עס איז שוין קריטיש ווכטיג העלפט שוין נישט קיין תקנות, און ב"ה אז מען איז מצליח מחנך צו א דור געטריי לשם ותורתו,

נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן סאיז אויפן חשבון פין די עלטערנ'ס חינוך רעכטען.

יעדער איז מודה, כולל אלע עלטערן {אפילו פון שוואכערע מוסדות}, אז די מוסודות זענענן שותפים צום חינוך פינעם קינד! ווען מען נעמט א שותף, איז עס מיט די דעת אז דער שותף טוט זאכען לויט זיין פארשטאנד,

נולד מאוחר האט געשריבן:די פאקט אז אסאך תקנות זענען נישט אין קראפט, פארשטערקרט די פוינט,

תקנות טוישען זיך לפי הזמן מקום והמצב, עס איז א פארשטענדליכע זאך און עס דארף נישט קיין הסבר, עס איז א מעלה נישט קיין פעלער,

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:35 pm
דורך פריינדליך
יאנקל האט געשריבן:איך האב פרובירט אריינצוזעצן צו דיר אין קאפ דעם חילוק פון מעורר זיין אויף א זאך און מאכן א "תקנה". תקנות זענען די סאמע העכסטע גדרים וואס אויב מ'איז זיי עובר באדראעט מען דעם סיסטעם וואס מ'וויל שיצן. האסטו אמאל געזען די תקנות פון אמאליגע מוסדות? תקנות זענען אלעמאל געווען יסודות'דיגע זאכן, ענינים וואס אויב זיי ווערן געבראכן איז עס א סתירה צו דעם מהות פון דעם מוסד. אמאליגע תקנות האבן אריינגענומען שמירת שבת, כשרות, אי השמשות בטעלעוויזיע, וכו'. נישט יעדע דבר חשוב וואס פאלט ביי א מנהל באלאנגט צווישן די תקנות.
אנומלט האט מיר א בחור'ל דערציילט אז אין זיין חסידישער ישיבה אין ברוקלין איז דא א "תקנה" אז דאס גארטל וואס מ'גייט שבת אויף דער טיש-בעקישע טאר נישט האבן קיין קנעפלעך, נאר דארף זיך פארמאכן אין א שלייף...


סליחה, מיר פארשטייען זיך נישט, איך פארשטיי נישט די מינדערסטע וואס די שרייבסט דא,

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:18 am
דורך נולד מאוחר
פריינדליך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:זענען די תקנות קריטש וויכטיג פארן עקזיסטענס פאר די מוסדות, אדער סאיז סתם ואפשר לישב?
גארנישט איז נישט קריטיש וויכטיג, מען מאכט תקנות אז עס זאל נישט ווערען קריטיש וויכטיג, ווען עס איז שוין קריטיש ווכטיג העלפט שוין נישט קיין תקנות, און ב"ה אז מען איז מצליח מחנך צו א דור געטריי לשם ותורתו,

פארשטייסט אז תקנה מיינט איינטיילען?פארשטייסט אז אויף איינטיילען אנדרע בפרט א רבים קען מען נאר ווען סאיז נישט דא קיין אנדרע ברירה?

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:26 am
דורך נולד מאוחר
פריינדליך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן סאיז אויפן חשבון פין די עלטערנ'ס חינוך רעכטען.

יעדער איז מודה, כולל אלע עלטערן {אפילו פון שוואכערע מוסדות}, אז די מוסודות זענענן שותפים צום חינוך פינעם קינד! ווען מען נעמט א שותף, איז עס מיט די דעת אז דער שותף טוט זאכען לויט זיין פארשטאנד,

איך קען א סאך אסאך שותפים וואס האבן אן אנדרע שוטפות איגרימנט, פין די איגרימנט וואס די טענה'סט אז יעדער איז מסכים.
זיי פארלאנגן פין זייער שותף-די מוסד זאל זיך פארבינדען מיט די אנדרע שותף-די עלטערן ,צי הערן וואס זיי האלטן וועגן יעדע תקנה.

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 9:22 am
דורך gehlungen
I think one the biggest problem is when the BP boys & or girls get together in one camp :אומגלויבליך:

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:02 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
פריינדליך האט געשריבן:סליחה, מיר פארשטייען זיך נישט, איך פארשטיי נישט די מינדערסטע וואס די שרייבסט דא,


איך פארשטיי יא וואס יאנקל שרייבט. כ'מיין אז איך פארשטיי אויך וואס דו שרייבסט. לויט מיין שכל רעדט יאנקל זייער צו דער זאך.

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:14 pm
דורך פריינדליך
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:סליחה, מיר פארשטייען זיך נישט, איך פארשטיי נישט די מינדערסטע וואס די שרייבסט דא,


איך פארשטיי יא וואס יאנקל שרייבט. כ'מיין אז איך פארשטיי אויך וואס דו שרייבסט. לויט מיין שכל רעדט יאנקל זייער צו דער זאך.


פערפעקט, אפשר נעמסטע זיך אינטער צו זיין די פארמיטלער און מיר עס מסביר זיין?, כ'וועל דיר מכיר טובה זיין,

Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:23 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
פריינדליך האט געשריבן:פערפעקט, אפשר נעמסטע זיך אינטער צו זיין די פארמיטלער און מיר עס מסביר זיין?, כ'וועל דיר מכיר טובה זיין,


כ'על דיר זאגן. איך פיל זיך נישט בכוח צו מסביר זיין יאנקל'ען בעסער ווי ער האט עס געטאן. ער ווייסט דאך בעסער ווי איך וואס ער וויל זאגן; זיין כוח הסברה איז אויך באאיינדרוקספול. כ'זע נישט וואס איך קען צוגעבן -- אויסער דיר זאגן אז איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 9:28 pm
דורך נולד מאוחר
רעדענדיג פין די רעכטן פין די מוסדת, קוקט אויס זיי מעגן נישט טון וואס זיי ווילן.
http://www.vosizneias.com/106814/2012/0 ... s-at-risk/

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 2:58 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
באקומען פון א חבר. יעצט ווארט איך אויף מיינס...

http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 3:31 pm
דורך יידל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:באקומען פון א חבר. יעצט ווארט איך אויף מיינס...

http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6

פארוואס נישט נוצן די IMG קנעפל?
בילד

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 4:11 pm
דורך שרייבער
nescafe האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:און אנדערע ווערטער, מיינסטו צו זאגן אז איינמאל איך שיק אריין מיין קינד אין א מוסד, מיינט דאס אז איך האב איבערגעגבן מיין אחריות פאר'ן מוסד, און אויב איך האב געוויסע טענות אדער איך האלט מ'דארף זיך באנעמען מיט אים אביסל אנדערש, דעמאלטס קענען זיי מיר זאגן 'קענסט ארויסנעמען דיין יונגעל' ??? ן


הונדערט פראצענט

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 4:21 pm
דורך שרייבער
פריינדליך האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון די צעטיל. און די אפטיילנוג/שטאט סאטמער, ווי איך בין באקאנט ווייס איך במציאות אז מען האלט מער נישט איין די תקנה,
זעט אויס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נאך יא שטארק, איך האב נישט געוויסט דערפון!

אקעי, דא האט איר איין שאלה וואס איך ווייס דערוויל נישט וואס צו ענטפערן, ווייל איך אליין בין קעגן די תקנה,
למעשה מיין איך אז די אנדערע זאכען האב איך פיין פארענפערט,

קודם יישר כח פריינדליך פארן ענטפערן די תקנות האסט מיר איינגעשפארט ארבעט, בנוגע ביציקלעך, דאס איז קלאר ס'איז נישט הותרה הרצועה, אבער איך בין אויך איבערראשט אז מען אינפארסט עס נאך היינט
למעשה איז דאס א תקנה וואס דער דברי יואל האט געמאכט, און ס'איז שווער צו גיין עס מתיר זיין לכתחלה, פונקט ווי יוניפארם'ס וואלט די הנהלה שוין לאנג געמאכט ביי מיידלעך ווען מען קען ווען

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:29 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז מאפיא סטייל אדער נישט?...

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:31 am
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז מאפיא סטייל אדער נישט?...

ניין.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:33 am
דורך יידל
"האט די הנהלה דאס רעכט צו טוהן בנוגע אונזערע קינדער ווי זיי פארשטייען" - זיי אויפגעבן פאר אדאפטירונג, לדוגמא?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:36 am
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:"האט די הנהלה דאס רעכט צו טוהן בנוגע אונזערע קינדער ווי זיי פארשטייען" - זיי אויפגעבן פאר אדאפטירונג, לדוגמא?

נישט א חילוק צו זיי האבען די רעכט צו נישט זיי טוען סייוי וואס זיי וילען צו אינז וילען צו נישט

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:36 am
דורך משולם שטיינפעלד
עס שטייט נישט אויף די צעטל אז אויב מען קויפט א קאמפיוטער נאך א' שלח אז מען מוז איינמעלדן די מוסד.

פארהאן א לאך אין סאטמאר מאנסי פילטערינג סיסטעם....

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין בעיקר צו פרעגן אויף דעם אופן וואס זיי שרייבן, כאילו מען רעדט דא צו כיתה א' אינגלעך.

מען סטראשעט, מען ווארענט, ס'דערמאנט מיך פון מיינע חדר יארן...

אודאי דארף מען נעמען שריט, און מען דארף אפהיטן כלל ישראל, אבער מען רעדט דאך דא צו עלטערע אידן, טייל פון דעם שוין זיידעס.....

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:50 pm
דורך הדד בן בדד
רבותי, איך האלט קלאר אז דאס איז יא מאפיא סטייל, און ערגער פון דעם אויך.

אבער עס איז דא צו דעם א פשוט'ע עצה. קיין איין איינציג מוסד וויל נישט פארלירן קינדער. סאטמאר מאנסי (חיים שיע) ציטערט אויב סאטמאר (מהר"א) וועט עפענען א חדר דארט ווייל דעמאלס וועלן זיי ארויסנעמען זייערע קינדער פון דארט, כאטש זיי ווייסן זייער גוט אז די קינדער גייען נישט זיין זיינע חסידים. דאס זעלבע דא, זיי קענען סטראשען ווילאנג מען רעדט פון איין צוויי דריי טאטעס, אויב אבער עטליכע טאטעס נעמען זיך צוזאם און לאזן זיך נישט, קענען זיי גארנישט טוהן. אויב גייען זיי ארויסווארפן די קינדער, און אפאר עלטערן (ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא אפאר בעל בית'ישע צווישן זיי) גייען זיך מאכן שבת פאר זיך, און זיי גייען עפענען אן אייגענעם חדר, ווי מ'גייט מחנך זיין די קינדער צו אידישקייט, אנשטאט מחנך זיין די עלטערן צו שגעון, פערדעריי און טעראר, דעמאלס איז די גאנצע מערכה פערטיג און די נייע חדר גייט האבן א ריזיגע מספר אינגלעך.

הגם די פרשה איז שוין לאנג פארפארן פונעם ענין פון דעם קעפל פון אשכול, אבער אזוי ווי מען איז שוין אנגעקומען אהער, שרייב איך עס דא.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 4:43 pm
דורך טעלעפאן
הדד בן בדד האט געשריבן:אבער עס איז דא צו דעם א פשוט'ע עצה. קיין איין איינציג מוסד וויל נישט פארלירן קינדער. סאטמאר מאנסי (חיים שיע) ציטערט אויב סאטמאר (מהר"א) וועט עפענען א חדר דארט ווייל דעמאלס וועלן זיי ארויסנעמען זייערע קינדער פון דארט, כאטש זיי ווייסן זייער גוט אז די קינדער גייען נישט זיין זיינע חסידים. דאס זעלבע דא, זיי קענען סטראשען ווילאנג מען רעדט פון איין צוויי דריי טאטעס, אויב אבער עטליכע טאטעס נעמען זיך צוזאם און לאזן זיך נישט, קענען זיי גארנישט טוהן. אויב גייען זיי ארויסווארפן די קינדער, און אפאר עלטערן (ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא אפאר בעל בית'ישע צווישן זיי) גייען זיך מאכן שבת פאר זיך, און זיי גייען עפענען אן אייגענעם חדר, ווי מ'גייט מחנך זיין די קינדער צו אידישקייט, אנשטאט מחנך זיין די עלטערן צו שגעון, פערדעריי און טעראר, דעמאלס איז די גאנצע מערכה פערטיג און די נייע חדר גייט האבן א ריזיגע מספר אינגלעך.

הגם די פרשה איז שוין לאנג פארפארן פונעם ענין פון דעם קעפל פון אשכול, אבער אזוי ווי מען איז שוין אנגעקומען אהער, שרייב איך עס דא.


הלואי הלואי.....!

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 5:41 pm
דורך דעמאקראטיע
זייער נישט מסתבר אז עטליכע טאטעס זאלן ארויסנעמען יונגלעך פון חדר אין אליינס עפענען א מוסד
עס איז דאכט זיך נאך קיינמאל נישט געשעהן אזא זאך