בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:42 pm
דורך געפילטע פיש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:שיינע אשכול. אינטערעסאנט קיינער ברענגט נישט אויף א לעצטיגע משוגעת ווי היימישע אינגעלייט גייען ארום אין נישט אידישע געגענטער און מאכן קנאוקאוט (knockout )אטאקעס אויף נישט אידן! אזא דור האט מען ביי אונז אויפגעצויגן? ס'איז א בושה נוראה צו זען ווידיא וואס פאליציי לאזט ארויס צו זען אינגעלייט מיט בערד און פיאות פאנטשן אין די נאז גוי'שע עלטערע פרויען און אפילו סתם שווארצע אינג'ן עד כדי מיתה. ווי איז אונזער עדיוקעשן? נישט דאס מאכט דיר פאר א פרומער איד!

רבותי וואקסט אויף און זאלן מיר אלע אויפהערן מיט אלע נאקואוט אטאקס אויף נישט אידן! אביסל מענטשליכקייט! אויב שפירסטע אז דו מוזט זיך ממש אויסגעבן טו עס אין א היימיש פלאץ ווארפ אראפ דיין זיידע, פאנטש דיין באבע'ס נאז. אבער למען השם טו עס נישט ביי גוים!

ובזכות זה זאל יעדער אן אויסנאם איינזען אז איך בין געפערליך אויפגעקלערט.

אלעמאל מוז ער מקטרג זיין, דו סעלף העיטינג דזשאו! אז אפאר פארדארבענע יונגעלייט גייען ארום מאכן נאקאוטס מאכסטו א גאנצע גערודער, דו ווייסט וואסארא אחדות ס'הערשט ביי אונז אין הארלעם? פראביר זיך נאר אנצוהויבן מיט איינער פון אונז וועסטו זען ווי מיר אלע קומען העלפן, אפילו אן לייטס און סיירינס, נאר מ'קומט אין די מאסן זיך אננעמען פאר א ברודער, פון די ארבעט, פון ישיבות, נישט קיין חילוק אויב מ'האלט אינמיטן עפעס, מ'לאזט במסירת נפש אפ אלעס און מ'העלפט ארויס א חבר אין נויט. אבער דער פינסטל מוז קוקן דוקא אויף אונזער חסרונות, נאק-אוט, און קען נישט זען די גוטע זייט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:59 pm
דורך מאטי
ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה "ולא לעם אחר". טייטשט ווער ס'טייטשט, אז מיר זאלן נישט דארפן ציקומען צו אנדערע פעלקער אונז צו מאכן אויסקוקן שיין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
אה... דער חסיד אויפן פליגער....
דא האב איך צוגעצייכנט איבער דעם:
viewtopic.php?p=74148#p74148