בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:44 pm
דורך אוהב ספרים
מעו דארף זיין משוגע צו וואוטן פאר טאמפסאן, און די אלע וואס שרייען נ"וו במ"ל וכו' דאס איז אלעס אדאנק די טאמפסאן סאפארטערס ווי נ"ר אד"ג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:58 pm
דורך סאשי פיש
א ליפלעט וואס שטעלט צוזאם נחום ראזענבערג מיט טאמפסאן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:10 pm
דורך שעפטל
סאשי פיש האט געשריבן:א ליפלעט וואס שטעלט צוזאם נחום ראזענבערג מיט טאמפסאן

כ'ווייס נישט צו די בריוו איז אמת צו נישט

נחום.png
נחום.png (175.17 KiB) געזען געווארן 2135 מאל


אבער ער אינדארסירט טאקע טאמפסאן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0j5XhyMwQ1E[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:15 pm
דורך מ. גליקמאן
זאג עס פאר שמעון ראלניצקי, ער איז היינט ביזי געווען אויף טוויטער אז נחום האט גארנישט מיט איהם.

אין אנדערע נייעס, טשארלס היינס איז פריער געווען ביי מהר'זל מ'סאטמאר מיט זייערע עסקנים און ראשי הקהילה און דאס מיינט מן הסתם אז ביידע פראקציעס פון סאטמאר גייען איהם אפיציעל אינדארסירן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 6:57 pm
דורך זר זהב
היינס איז א פרומער, שטים איך נישט פאר אים. איז דא א קיהלער קאנדידאט וואס לויפט?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qXp0i_9nSus[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:01 pm
דורך גאלד
שמעתי, אז דער איד און דער בלאט גייען מארגן אינדארסירן היינס, אבער וויזוי איך אבזערוויר און שמעק אין די גאס מיין איך אז דער עולם גייט נישט אזוי מיטאנצן דער עולם געדענקט נאך די בלומבערג ענדארסמענט אין 09, איך מצידי בין נאך ציריסן,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:45 pm
דורך בן תמליון
[tag]גאלד[/tag] איר האט א קלארן אפשאצונג האב איך איינגעזען אינעם עבר. וואס האלט איר זענען די שאנסן היינס וועט פארלירן? אין די גאס איז דער געפיל אז ער וועט עס מאכן אלס אינקאמבענט. איך טראכט אז ער געווינט און מיר שטימען נישט פאר איהם האבן מיר זיך געשאסן אין די פוס. ווידער מיטן אנדערן אז ער געווינט קען מען זיך דעמאלטס מאכן היימיש, מיר זענען איהם גארנישט שולדיק לעת עתה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:49 pm
דורך נצבד
זאלען די עסקנים אינדארסען היינס, און זאל דער עולם זיך צוריקהאלטען פון שטימען פאר קיין איינעם פון די צוויי,
וועלען ביידע נישט קענען זיין עכט אויפגערעגט אויף אינז, טאמפסאן וועט אוודאי הנאה האבען אז לכל הפחות אז מ'וואוט נישט קעגען אים (ווייל געווענליך גייט דער היימישער עולם מיטען אינקאמבענט, טאמער איז ער נישט געפערליך שלעכט),

און היינס וועט נישט קענען האבען קיין טענות אויף קיינעם,ווייל די עסקנים האבען דאך געארבעט פאר זיינעט וועגען.

אבער "די מעסעדש" אז דער עולם טוט-היינט צו טאגס- אקוראט ווי דער אייגענער שכל דיקטירט, און מ'געדענקט ווער איז ווער, און מ'לאזט זיך נישט צונאר לייגען, נאכען ווערען -קאלעקטיוולי- באשולדיגט דורך היינס און אלטימעטלי "געפינען שולדיג" אלס טשיילד מאלעסטער פראטעקטארס
, מיט א צוזאג אז עכט איז ער יא אינזער פריינט, און מ'וואוט מיט די פיס, אפילו מ'האט און די ענד "איבערצייגט" "אלע עסקנים ,
וועט ווייט ווייט אפקלינגען!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:15 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:04 am
דורך שעפטל
לעת עתה, צד מהר"א אין וויליאמסבורג האבן נעכטן אפיציעל אינדארסירט היינס פאר דיסטריקט אטורני.
די צד הגז"ל האט נאכנישט גענומען קיין שטעלונג (צו גענימען א שטעלונג נישט צו אינדאאסירן היינס...)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:14 am
דורך [NAMELESS]
ס'דא ערגעץ פאולס??
ווער האלט פאראויס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:54 am
דורך זר זהב
there are no polls at such local races

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:33 am
דורך הדד בן בדד
הארך אויס, איך הער אלע מעשיות, און מיט דעם אלעם קען איך נישט וואוטן פאר היינס. פארפאלן, איך קען נישט און איך האלט אז איך טאר נישט. ער האט ארעסטירט מיינס א נאנטער ידיד (איינער פון די אחים בערגער) און געמאכט א גאנצער צירקוס שפיל מיט דעם, נאר כדי זיך ריינצואוואשן פאר די מידיא, בשעת ווען ער אליינס האט געוויסט אז די מענטשן זענען אומשולדיג, אומשולדיג, איך וואלט געדארפט שרייבן דא הונדערט מאל אומשולדיג, ווייל זיי זענען באמת דאס געווען, און ער האט זיי דאך איינגעזעצט, און זיך דערנאך געבעטן צום דשאדש ער זאל זיי כאטש געבן דרייסיג טאג, כדי ער זאל האבן א שיין פנים, בשעת ווען דער דשאדש האט געשריגן געוואלד, איך האב נישט קיין שום סיבה אויף וואס זיי איינצוזעצן אפילו אויף איין טאג.

אבער ער האט געדארפט טראגן א שיין פנים פאר די גאס. איך קען נישט און טאר נישט וועלן פאר אזא מענטש. פינטל.

אבער איך גיי פאר טאמפסאנען אויך נישט וועלן, און פאר די איינע סיבה ווייל נח"ש שר"י אינדארסירט אים און לויפט מיט אים ארום (און איך בין א טאטע פון א קינד וואס מען האט מאלעסטירט). איך קען דעם נח"ש און איינער וועמען ער העלפט און איז גוט מיט אים שטיי איך פון אים ווייט.

איך וועל לאזן דעם רבונו של עולם מחליט זיין און איך וויל נישט נעמען קיין חלק אין דעם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:16 pm
דורך שעפטל
פון די זאלי'ס
וויכטיגע קלארשטעלונג

אזוי ווי קומענדיג נענטער צו די וואלן, האבן די אחריות'דיגע ראשי העסקנים למען הכלל, נאך לענגערע ערנסטע באראטונגען, ארויסגעגעבן זייער ענדגילטיגע מיינונג אז מיר דארפן אינדארסירן דעם אמטירנדן דיסטריקט-אטוירני מר. טשארלס היינס, וועלכער לויפט פאר רי-עלעקשאן.

דעריבער טוען מיר אינדארסירן מר. היינס פאר דיסטריקט אטוירני אמט.

מיר האפן אז דער ציבור וועט פארשטיין אז דער באשלוס ווערט געטון בלויז לטובת ולתועלת הציבור, און עס אננעמען מיט פארשטענדעניש.

בכבוד רב,

איחוד הקהלות - אחים לדעה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:25 pm
דורך גאלד
געמאכט מיין באשלוס היינט,
כ'שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:28 pm
דורך גאלד
איך האלט אז עס גייט זיין א היסטארישע פארלוסט פאר היינס און קען טאמפסאן גייט זיין דער נייער דיסטריקט עטורני, טראץ וואס איך שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:30 pm
דורך שעפטל
דא זענען זיי אייניג...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:36 pm
דורך גאלד
איך האב נאך נישט געוואוט דא, און איך קען נישט וואוטן, ס'ווייזט מיר נאר די רעזולטאטן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:59 pm
דורך נצבד
איך בין אלל די וועי מיט הדד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:03 pm
דורך גאלד
וואס? הדד לויפט אויך פאר דיסטריקט עטורני?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:37 pm
דורך בן תמליון
גאלד האט געשריבן:איך האלט אז עס גייט זיין א היסטארישע פארלוסט פאר היינס און קען טאמפסאן גייט זיין דער נייער דיסטריקט עטורני, טראץ וואס איך שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז


ר' [tag]גאלד[/tag] אז איר זאגט אזוי מיינט עס עפעס. אויף וואס באזירט איר עס? און אז למעשה אינדארסירן איהם די היימישע קרייזן גיבט עס איהם נישט פארצוג אין וואס איז למעשה א שמאלער פארמעסט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:46 pm
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:איך האלט אז עס גייט זיין א היסטארישע פארלוסט פאר היינס און קען טאמפסאן גייט זיין דער נייער דיסטריקט עטורני, טראץ וואס איך שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז


ס'נישטא קיין POLLS , די צייטונגען האבן טאקע (זייער זייער שוואך) אינדארסט קען טאמפסאן. האט אבער היינס א שטארקע זאך גיין פאר אים, ער איז די incumbent
אונזער וואטס קען זיין די וואגשאל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:43 pm
דורך גאלד
זייער פשוט, מחמת כמה סיבות

טאמפסאן איז א שחור דאס געבט איהם אטאמאטיש די שחורים, קיינער גייט דאס נישט ארויסזאגן, אבער דאס איז די מציאות, ברוקלין האט זייער אסאך שחורים,
אין 2005 האט היינס אויך געהאט א שמאלע פארמעסט ווי ער איז געלאפן אויך קעגן א שחור א סטעיט סענאטאר, סעמפסאן, היינס האט דעמאלטס געוואנען מיט קארגע 5 פראצענט
דאס איז איינס,
צווייטנס דער אנדערער קאנדידאט נעמט זייער גוט ארויס, ווי א ארנטליכער א פארשטענדליכער און א שטארקער בר שכל, און מיט עקספיריענס און דעם פעלד פון פראסעקיושן, ער האט עפעס א גוויסער חן,
דריטנס, איז לעצטנס געווארן א גרויסע אויפוואכונג און באוועגונג קעגן די אלט געזעסענע פאליטישנס און ברוקלין ספעציעל די וואס זענען געווען אנגעקניפט מיט וויטא לאפעז, די אלע ליבעראלע פראגרעסיווס - ווי זיי רופן זיך - שטיצן אלע טאמפסאן,
פערטנס, נאך אזוי פיל יאר האט היינס אסאך סקאנדאלן,
פיפטנס, אפי' די פרומע אידן זענען אויך פארעוו פאר איהם, די זאליס האבן היינט אינדארסט היינס מיט עפעס א פארעווע שלילות'דיגער אופן, דאס מיינט ער גייט מסתמא האבן בלויז 50% פון די פרומע,
ועל כולם, וואס דאס די וויכטיגסטע פון אלע פונקטן, אלע 4 קאנגרעסלייט פון ברוקלין, האקים דשעפריס, דשערי נאדלער, יעוועט קלארק און נידיע וועלאזקעז, האבן אלע גענומען די מוט צו גיין קעגן היינס, דאס איז נישט קיין קלייניקייט, קודם האט דאס א שטארקע השפעה און נאכדעם איז עס א שטיקל מוסטער ווי דער עולם האלט מיט היינס,

אשר ע"כ זאג איז פאר א טאמפסאן זיג!