בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:40 am
דורך שמעקעדיג
אז נבהלו אלופי אדום אילי מואב,
וואס איז לעצטנס געשעהן מיט אונזער זיסער [tag]יואב[/tag]

עס האט זיך פארברענט זיין פענעץ
מידערהייט האט ער געגעבן א געניץ
פון זיין אלטן גראבן אוואטאר איז נישט געבליבן קיין שמץ
און פון "עמיצער" איז געווארן "עמעץ"

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:42 pm
דורך בן עזאי
קאמענטירער האט געשריבן:כוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;

1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?


אבאנירן באדייט סובסקרייבן. כמו שכתוב: צו אבאנירן אין די מאמענט פילט אויס דיזע בויגן.
אבצאס און אדעקלאן מיינט אזויווי עכידכ און נביינג.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
בן עזאי האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:כוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;

1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?


אבאנירן באדייט סובסקרייבן. כמו שכתוב: צו אבאנירן אין די מאמענט פילט אויס דיזע בויגן.
אבצאס און אדעקלאן מיינט אזויווי עכידכ און נביינג.

דער ערשטער בן עזאי האט נישט געשריבן קיין נארישקייטן איבער ווערטער און זאכן וואס ער האט נישט געוואוסט זייער אפטייטש. איז לאמיר פרובירן טרעפן אן ענטפער צו #2 או #3.
אבצאס..מיין איך איז טייטש אייטער. אויף ענגליש הייסט עס...Abscess:...אדעקאלאן...מייניך איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי פראנצויזישע ווערטער...Eau de Cologne...וואסער פון קעלן. א שטאט אין דייטשלאנד. פי' פערפיום...! כנלענ"ד...!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:30 pm
דורך בן עזאי
בערי, אינז מעג מיר אפלערנען פון דיר וויאזוי צו צונעמען א ווארט, אריינטראכטן דערין, און אזוי קלאהר פארטייטשן.

זיי מיר מוחל [tag]קאמענטירער[/tag] פאר די פריערדיגע רייד, ס'איז געשריבן געווארן אין א שוואכע מינוט. וכשם שאפשר לקלקל כך אפשר לתקן. וזה החלי:

די ווארט "עכידכ" באדייט אזויווי די ענגלישע ווארט Acidc... שארפע זאכן וואס מ'קען טרעפן אין זייף וכדו'
"נביינג" באדייט nBeyng וואס איז א נאמען פון א שטעטל אין האנג קאנג. לכאו' איז נישט פארהאן דארט קיין אידיש רעדנדע, איז וואונדערליך וויאזוי די ווארט איז אריין אין אידישן שפראך.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
בן עזאי האט געשריבן:בערי, אינז מעג מיר אפלערנען פון דיר וויאזוי צו צונעמען א ווארט, אריינטראכטן דערין, און אזוי קלאהר פארטייטשן.

זיי מיר מוחל [tag]קאמענטירער[/tag] פאר די פריערדיגע רייד, ס'איז געשריבן געווארן אין א שוואכע מינוט. וכשם שאפשר לקלקל כך אפשר לתקן. וזה החלי:

די ווארט "עכידכ" באדייט אזויווי די ענגלישע ווארט Acidc... שארפע זאכן וואס מ'קען טרעפן אין זייף וכדו'
"נביינג" באדייט nBeyng וואס איז א נאמען פון א שטעטל אין האנג קאנג. לכאו' איז נישט פארהאן דארט קיין אידיש רעדנדע, איז וואונדערליך וויאזוי די ווארט איז אריין אין אידישן שפראך.

בן עזאי: די ערשטע חלק פון דיין תגובה איז נאך גאנץ פארשטענדליך. אבער די צווייטע העלפט מייניך איז שוין געווען אונטער'ן רושם פון יין יישן. כמעט ביי דעם שיעור פון עד דלא ידע. ליתר פרטים עיין באשכול הסמוך של הרה"צ מ'ספינקא בני ברק שליט"א... :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:42 pm
דורך ישראל קאפקע
אבצאס מיינט די הינטערשטע טייל פון די זויל פון א שיך (heel).
אבאנירן מיינט סובסקריי"ב, ווי בן עזאי.
דאס ווארט אדעקלאן איז מיר גענצליך אומבאקאנט.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 7:29 am
דורך קאמענטירער
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבצאס מיינט די הינטערשטע טייל פון די זויל פון א שיך (heel).
אבאנירן מיינט סובסקריי"ב, ווי בן עזאי.
דאס ווארט אדעקלאן איז מיר גענצליך אומבאקאנט.

יא ריכטיג ריכטיג,
כ׳זע אז ב״ה אז סאיז דא אן איטערעסע אין די נושא, און צו דעם אלעם קען מען נישט שיסען סתם שווערע ווערטער כמיין אז בן עזאי האט אביסעל רעכט אז יידיש האט טאקע צובאקומען ווערטער אבער סאיז קיינמאל נישט עכט אריין אינעם באניץ, ממילא וועל איך פורבירען אויפצוזוכען אזענע ווערטער וואס איז יא געווען און באנוץ ביז נישט לאנג:
(קען זיין מהאט שוין גערעדט דא פון די ווארט)
אנומעלט?
שנייצען?

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:56 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:אז נבהלו אלופי אדום אילי מואב,
וואס איז לעצטנס געשעהן מיט אונזער זיסער [tag]יואב[/tag]

עס האט זיך פארברענט זיין פענעץ
מידערהייט האט ער געגעבן א געניץ
פון זיין אלטן גראבן אוואטאר איז נישט געבליבן קיין שמץ
און פון "עמיצער" איז געווארן "עמעץ"

אין אלטע ביכער קען מען א סך זען "עמעץ".

Cool, isn't it? [emoji12]

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:14 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבצאס מיינט די הינטערשטע טייל פון די זויל פון א שיך (heel).
אבאנירן מיינט סובסקריי"ב, ווי בן עזאי.
דאס ווארט אדעקלאן איז מיר גענצליך אומבאקאנט.

ישראל קאפקע: דו ביסט דאך אן אינטעלעקטואל. (לכה"פ אזוי האלטסטו דיך.) זעה וואס איך האב געשריבן אין א פריערדיגע תגובה איבער דעם ווארט..."או-דע-קאלאן"...
Eau de Cologne...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:05 pm
דורך קאצקע ציקער
איינער ווייסט וואס מיינט שווים באסיין? ;) קול מבשר זאגט עס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:07 pm
דורך ישראל קאפקע
באסיין = Pool.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:29 pm
דורך קאצקע ציקער
ישראל קאפקע האט געשריבן:באסיין = Pool.

דייטשע ווארט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:44 pm
דורך געוואלדיג
זאווערוכע
סומאטוכע
חאדאראם

איינער וויייסט? קול מבשר זאגט עס.

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:47 pm
דורך ירא שמים
זאווערוכע איז א שטורעם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:55 pm
דורך ישראל קאפקע
געוואלדיג האט געשריבן:זאווערוכע
סומאטוכע
חאדאראם

איינער וויייסט? קול מבשר זאגט עס.

ווען דער גאווערנאר באהאנדלט נישט גוט א שניי זאווערוכע גייט די שטאט כאדאראם און די גאווערנאר איז אין א טיפע סומאטוכע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:56 pm
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג האט געשריבן:זאווערוכע
סומאטוכע
חאדאראם

איינער וויייסט? קול מבשר זאגט עס.

מאכסט חוזק דו :P

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זאווערוכע
סומאטוכע
חאדאראם

איינער וויייסט? קול מבשר זאגט עס.

ווען דער גאווערנאר באהאנדלט נישט גוט א שניי זאווערוכע גייט די שטאט כאדאראם און די גאווערנאר איז אין א טיפע סומאטוכע.

קורץ און שארף!! :like :like :like

Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:47 am
דורך petergrifin
אין 'דער איד', ''איבערגעאנדערשט''. א נייע אויסדרוק?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:07 pm
דורך ליפא
ניין. גוגל ברענגט ארויף אסאך לינקס פאר די ווארט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 10:58 am
דורך רויטע וואנצעס
אינטערליגע חלק פון די זאך. כ'האב עס שלעכט אויסגעלייגט. וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?

אויך, וואס איז דער חילוק פון א גוטע געמוהט, און א גוטע שטימונג?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אינטערליגע חלק פון די זאך. כ'האב עס שלעכט אויסגעלייגט. וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?

אויך, וואס איז דער חילוק פון א גוטע געמוהט, און א גוטע שטימונג?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:23 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר מיינסטו די אונטערליגענדע?
Underlying?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
ניין, די עיקר פון א זאך.