בלאט 3 פון 16

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:26 pm
דורך ממרום שלח אש
ווי דער גוטער בוך זאגט, א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

כאב געזאגט פאטעל'ן אז ער איז שוין באלד אזוי גרויס ווי גברת קלינטאן. ער האט עס פיין אויפגענומען.

א דאנק יידל פאר די בעקגראונד סטארי איבער פאטעל, גראדע "יו" האט שוין אויך דיעגנאזירט פילע וואס אנדערע האבן פארזען, ה"י, איך בין אבער נישט זיכער צו דאס איז א ריכטיגע קן המדה איבער די גרויסקייט פון א דאקטאר, אבער ער איז זיכער א בריליאנטענער דיעגנאזירער (כאטש איך האב שוין מיטגעהאלטן מיסדיעגנאזיעס אויך).

ווען דו וועסט האבן די צייט וואלט איך געוואלט הערן מער איבער די סיבה ביהיינד זיין בלייבן אין ווילי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:50 am
דורך דולה ומשקה
קלויזענבורג גראסערי
מפרסמין עושי מצוה!


בשם כל הקהל ווילן מיר דאנקען די חשוב'ער בעלי בתים פון די בארימטער
רייזמאן'ס בעקעריי
וואס ברוב טובם זענען גרייט אהער צו שטעלן פאר'ן עולם זייער געשמאקע געבעקס עס זאל זיין אויסגעהאלטן
בלי חשש ביצים קלופות שעבר עליהם הלילה
זכות הרבים תלוי בהם - מהם ילמדו וכן יעשו!!!

רוב געבעקס פון רייזמאן'ס האבען שוין נישט קיין חשש סכנה, ויאכלו ענוים וישבעו!
including all kokosh cakes, all babkas, all jumbo cookies, brownie bars, fudge bars etc.

געציילטע אייטעמס דארפען נאך פאראכטען ווערן, און וועלן זיין ווי עס דארף צו זיין און די קומענדיגע צייט.
די פאלגענדע אייטעמס וועט מען פארעכטען און די קומענדיגע טעג בע"ה (וואס ליגט יעצט אויפען שעלף זאל מען נישט ניצען):
וכו' וכו'

די פאלגענדע אייטעמס זאל מען דערוואל נישט נוצען:
וכו' וכו'

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:45 pm
דורך סאו וואט
אחר כל הדברים האלה... למעשה ווער איך יעצט געוואר, אז דער דר. פאטעל איז גארנישט אזא צדיק אדער חסיד אוה"ע ווי מ'מאכט עים.
ער האט שוין א היסטורי אריינזעצן מענטשען און תפיסה, ווייל ער איז שטרענג מיט טשיילדאוביוז, און האט אסאך גע'מסר'ט, און דערפאר
האט אים אוי די עי גענומען אונטער זייערע פלייצעס.
סאו..דערפאר...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:33 pm
דורך געפילטע פיש
איז ער דאך יא גוט. ער האט איינגעזעצט אביוזערס, און זיך אנגענומען פאר קינדער, איז דאס שוין אויך א פראבלעם? אפילו די קלאמפישע איסור פון מסירה איז עם נישט נוגע, ער איז דאך נישט קיין איד.

חוץ מזה וואס א דאקטאר איז א מענדעיטעד ריפארטער און געזעצליך מוז ער מודיע זיין די אנשטאלטן ווען ער זעט סימנים פון אביוז.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
רב החובל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:עס שטעלט זיך ארויס אז אנדערש ווי בדחן האט געשריבן אז דבר יום ביומו שטעלט זיך צו צו א תקנה פון די שולן, איז דאס פארמעקן יא געווען אן אייגענע החלטה פון די רעדאקציע פון דבר יום ביומו. שעים אן דעם.

ר' טוביה הרופא האט געדרוקט זיין גאנצע צורה אין זיין ספר מעשי טוביה, ועוד ועוד. אזוי זאגט מיין זיידע אין נאמען פון זיין עלטער זיידע.

און ווען דער גוטע קאסטומער ר' מאיר בעל הנס וויל אריינלייגן אן עד מיט די יארצייט בילדער פון זיינע רבי'שע אגענטן, כמנהגו, פארמעקט מען עס אויכעט? וואס האקן זיי אין [דער אויסגעמעקטע] קאפ?

השתא דאתית להכי. אז מ'רעדט שוין פון בילדער, צורת אדם. אין די לוח פון כולל שומרי החומות איז געדרוקט בילדער אונטער דעם קעפל "אידן לערנען משניות לעי"נ". די זעלבע זקנים וועלכע זענען שוין זיכער בגנזי מרומים פיגורירן דארט פאר די לעצטע זעכציג יאר.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:32 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב האסטו א פרינציפ, דאן לייג לכתחילה נישט אריין קיין מענטשן בילדער, נישט לייג אריין און דערנאך מאך אים בלורי.

ר'האט זיך געלערנט פונ'ם שטערן (און שפאקטיוו(. נאכדעים וואס די ליידיגגייערס און גזלנים האבן זיי געאסר'ט. ר'האט געוואלט מקיים זיין דעם מאמר החכם "אל תמות כדרך שמת פלוני". :roll: :oops:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה: כ'פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דו ברענגסט אראפ די ידיעה פון קלויזנבורג גראסערי פונקט אין דעם אשכול פון אכשר/אשתגע דרא. צו ווייל ס'איז א מאדנע מנהג, וועלכע אנדערע קהילות זענען במציאות נישט מקפיד. ס'איז דאך אן ענין פון שמירת הנפש. למשל. מ'איז נישט מקפיד היינטיגע צייטן אויף גילוי. בד"וו . ס'איז דא אסאך מיני גילוי. אויף עטליכע איז מען נאך יא מקפיד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:25 am
דורך בעריש
קליינע פראגע, בילדער פון אידן פרומע אדער חסידישע מעקט ער אויכעט דער דבר יום ביומו?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:17 am
דורך אביגדור
מאן דקפיד קפיד ומאן דלא קפיד וכו'

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:42 am
דורך הערשי
מ'טוט אן די הוט אויפן רעגן מעיל ווי דער רבי פלעגט די שטריימל אויפן טלית.
איה הקדשה אשר היא בעניים על הדרך. איכא דאמרי, ויחשביה לזונה כי כסתה פניה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:44 am
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז נאר די עלטערע, וואס זייער יצה"ר איז שוין בטל געווארן, זענען ערלויבט צו קוקן און זענען די וועג ווייזער פאר די אינגערע באדעקטע פענימער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:10 am
דורך אביגדור
ראה כאן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:20 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז נאר איינער טוט אזוי פאר שמירת עינים, אלע אנדערע באדעקן זיך פשוט די פנים פאר בושה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:47 am
דורך טעפל
קופערינקוס ציהט ארויף א שמייכל אויף אונזערע פענימער פאר יו"ט..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:01 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין ס'וואלט אונז שוין געמעגט אויפהערן צו באדערן ווען מ'זעט אזעלכע בילדער, פונקט ווי ס'באדערט אונז נישט ווען מ'זעט קריסטן טוהן מאדנע זאכן בעיסט מ'כלומרשט אויפן בייבעל. איך ווייס נישט וועלכע רעליגיע זיי פראקטיצירן, אבער אידישקייט איז עס זיכער נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:12 pm
דורך זר זהב
אפשר טוהן זיי עס נישט מכשיל צו זיין געי'ס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך מיין זענען צווילינג, זיי זעהן אויס זייער ענדליך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:54 pm
דורך טעפל
דא האסטו זייער משפחה..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:49 pm
דורך petergrifin
קופערניקוס האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינער טוט אזוי פאר שמירת עינים, אלע אנדערע באדעקן זיך פשוט די פנים פאר בושה


דאס טוט מען טאקע װען מען נעמט דיר צי דײנע קלײדער אין מקוה – מען דעקט זיך צי די פנים מיט א האנטוך און מען לויפט.. :lol:

פאפא וויל אויך זיין ערליך און פרום

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:49 pm
דורך יאסל ראקאווער
א עם חכם ונבון

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:44 pm
דורך לעיקוואד
פירושים מיותרים.
בילד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:41 pm
דורך געפילטע פיש
מה זה פריט ע'?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:42 pm
דורך לעיקוואד
על זה הרי כתבתי שהפירוש מיותר. ע' ר"ת עליון. עי' מאחוה"פ באשכול שע"ש הסוגיה בברכות י ע"ב.