בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 9:32 am
דורך שמעקעדיג
איך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:57 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
ס'נישט געמאכט צו כאפן, דזשאסט פאר מיט און רעד דיך איין אז דו כאפסט עס און ס'וועט דיר זיין גוט...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 11:20 am
דורך אלע צוזאמען
שמעקעדיג האט געשריבן:איך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
ווייטער, אויב קודשא בריך הוא איז מוחל די ישראל און ס'איז חד, האט ער זיך מוחל געווען.
Re: די עבודה פון מוחל זיין גאט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 7:53 pm
דורך שאלתיאל
יאיר האט געשריבן:@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 10:49 pm
דורך אלפא
שאלתיאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
פענטאאיזם איז אז נאר די מציאות עקזיסטירט און נאר דאס איז (אדער יא אדער נישט) ג-ט, זאגן אז די גאנצע מציאות איז א חלק פון ג-ט / א שטיק ג-ט איז די אנגענומענע 'צמצום שלא כפשוטו'דיגע' - חסידישע מהלך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:03 pm
דורך אלפא
ביים דאווענען היינט האט מיר אפאר מאל געבאדערט די געדאנק פון איבער זאגן געוויסע שטיקלעך איין מאל און נאכאמאל, א שטייגער ווי ה' ה' (ביי סליחות איז בעצם די זעלבע - דעמאלס האב איך נאר ווייניגער געטראכט..) אדער 'ויאמר ה' סלחתי כדבריך' וואס מ'זאגט אפאר מאל איבער איינס נאכן צווייטן. עפעס שפירט זיך דערין אזא פאראנויע אז ג-ט וועט נישט הערן אדער פארשטיין מיט איינמאל עס זאגן, אדער זאגאר אז מ'דארף ממש איינרייסן ביי אים ער זאל אונז וועלן אויסהערן - די פערטע מאל דאס וועט עס דורכברעכן..
איז דאס די גוטע באשעפער וואס איז מוחל יעדעם, אלס, און אלעמאל? בפרט יום כיפור מיטן פאסטן און מיטן קלארן הבטחה 'כי ביום הזה יכפר עליכם', צו וואס פעלט אויס צו מאכן שפירן כאילו מ'האנדלט דא מיט אן ערשט קלאסיגן
נארסיסיסט?
זייענדיג נאך אינעם שאטן פון פרשת האזינו איז מענין לענין אויך אינטרעסאנט די גאנצע וועג וויאזוי ג-ט רעגט זיך אויף דארט און וויל אפי' נישט שטראפן די אידן ווייל די גוים גייען נישט איינזען אז ער האט באשטראפט וכו,' ובכלל איז די גאנצע האזינו געשיכטע היבש אזא רעקלאמע סטיל פאעזיע פארן נאמען פון ג-ט, אויסזען זעט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן מיטן בילד פון א גאנצע וועלט וואס גלייבט אין אנדערע אפגעטער און עס גייט דא קומען מיסיאנערן לשם ג-ט און אויפקלערן די מענטשהייט זיינע כוחות'ער.. מיר געווען זייער אינטרעסאנט. טאמער איינער האט מער פרטים ביטע..
Re: די עבודה פון מוחל זיין גאט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:38 am
דורך שאלתיאל
אלפא האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
פענטאאיזם איז אז נאר די מציאות עקזיסטירט און נאר דאס איז (אדער יא אדער נישט) ג-ט, זאגן אז די גאנצע מציאות איז א חלק פון ג-ט / א שטיק ג-ט איז די אנגענומענע 'צמצום שלא כפשוטו'דיגע' - חסידישע מהלך.
לא הבנתי. דאס איז וואס ער זאגט אז גאט איז *נאר* דער מציאות און נישט אינדערויסן