נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:47 am
ס'איז דא מער ווי איין נידון איבער מילך. די מערסטע עקסטרעם איז שיטת Colin Campbell בספרו The China Study ושא"ס, אז מילך (ובפרט די באשטאנדטייל casein) איז א גורם עיקרי צו קענסער רח"ל. וכמובן יש חולקים הרבה (ולדעתי העני' האט ער אריינגעלערנט זיינע אייגענע אגענדעס אינעם כינעזער שטודיע).
בכלל איז גוט אריינצונעמען אין קאפ, אז nutrition איז נאכנישט קיין exact science (ויש לדון צו ס'קען בכלל אמאל ווערן), ס'איז רעלאטיוו זייער א נייע שדה מחקר, און ס'האלט בערך דארט וואו אסטראנאמיע האט געהאלטן בימי תלמי (איינער פון די גאר גרויסע אין דעם פעלד שרייבט די צושטעל, שוין פארגעסן ווער). ס'איז נישט קלוג זיך צו נעמען א שטעלונג אין קאנטראווערסיאלע נושאים מיט א זיכערקייט און זיך נישט אוועקרירן, בעסער איז זיך צו באזירן אויף זאכן וואס זענען אנגענומען כמעט בלי חולק, ווי אז גרינצייג (בעיקר מיט טיפע, שארפע און געמישטע קאלירן) און איבונגען זענען געזונט, און trans-fat, smoke און stress זענען נישט. ס'לוינט זיך קיינמאל נישט צו גיין צו עקסטרעם אדער simplistic, אויב זעהט איר איינעם אנלייגן כל המחלה אשר שמתי במצרים אויף א מאנגל אין פיש-אויל (למשל) קענט איר זיין זיכער אז ער איז נישט אינגאנצן גערעכט.
examine.com איז א סייט איבער nutrition והמסתעף וואס לייגט עקסטער געוויכט נישט צו מישן זיכערע פאקטן מיט האלב-זיכערע און שטערקערע שטודיעס מיט שוואכערע, ובכלל זעען זיי אויס צו זיין גאנץ באלאנסירט און unbiased.
(מיינע ווערטער באציען זיך נישט אויפן נושא האשכול, כ'האב אים קיינמאל נישט געהעריג אויסגעהערט, נאר בכלליות).