בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
די אינטרעסאנטסטע פיעטשור פון דעם נייעם סיעננע איז אז עס וועט האבן אזא אריינגעבויעטן מייק און דער דרייווער וועט קענען רעדן צו די אונטערשטע פאסאזשירן און זיי וועלן עס הערן דורך די ספיקערס פונעם בעק סיעט, אן דעם וואס מען זאל דארפן שרייען און ווערן הייזעריק...

עס איז צו ערווארטן אז די 2016 וועט שוין האבן א בילט-אין פאסיק אויכעט פאר די בעק פאסאזשירן, וואס דער דרייווער וועט נאר דרוקן א קנעפל און דער פאסיק וועט אויטאמאטיש שמייסן :P

טייל פון די נייע בילדער:

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:53 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:די אינטרעסאנטסטע פיעטשור פון דעם נייעם סיעננע איז אז עס וועט האבן אזא בילט-אין מייק און דער דרייווער וועט קענען רעדן צו די אונטערשטע פאסאזשירן און זיי וועלן עס הערן דורך די ספיקערס פונעם בעק סיעט, אן דעם וואס מען זאל דארפן שרייען און ווערן הייזעריק...

עס איז צו ערווארטן אז די 2016 וועט שוין האבן א בילט-אין פאסיק אויכעט פאר די בעק פאסאזשירן, וואס דער דרייווער וועט נאר דרוקן א קנעפל און דער פאסיק וועט אויטאמאטיש שמייסן :P

כ'האב געוואוסט זיי מאכן די סיענע נאר פאר אונז היימישע...

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:54 pm
דורך יין שרף
די נייע אויסגעפראקטע פאסאנדשיר זיץ איז געוואלדיג!

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:19 pm
דורך קאווע טרינקער
טיאוטע האט דערהערט דאס ווייגעשריי פון אידישע עלטערן http://www.vosizneias.com/171909/2014/0 ... l-at-kids/

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:25 am
דורך שמעקעדיג
א באריכט פון דעם סיענע

www.pcmag.com/article2/0,2817,2461144,00.asp

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
דער מיניווען, וועלכע איז א "פאמיליע אויטא", איז באקאנט צו זיין איינע פון די פארזיכערסטע סארט אויטאס. נאך אלעם, ווען איינער פארט כסדר ארום מיט די משפחה, איז סעיפטי א פירסט פריאריטעט.

דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז די אינדוסטרי איז געווארן שאקירט ווען עס איז ערשינען א באריכט, אז אין געוויסע נייע סארט טעסט, ווי מען טעסט קארס אריינצוקראכן אין קלענערע אבזשעקטס, זענען מיניווענס אויסגעקומען פון צווישן די ערגסטע!

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... rlap-tests

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:25 am
דורך petergrifin
פאר װער ס׳גידענקט (@שמעקעדיג) האט דער בואינג 787 דרימלײנר געהאט עטליכע מאל פײער מיט רויך פון די בעטטעריס אויף די
עראפלאן שוין נאך װאס די לאנג ערװארטע עראפלאן איז געװארן אפגעשטופט יארן צוליב פרודוקציע פראבלעמען.
יעצט איז ארויס געקומען די החלטה פון די NTSB לגבי די שולד פון די ברענעדיגע בעטטעריס און נאך אישוס.

http://www.engadget.com/2014/12/02/boei ... #continued

לינק גראד צום ריפארט (פדף)

http://www.ntsb.gov/doclib/reports/2014/AIR1401.pdf

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:07 am
דורך יין שרף
פרעזידענט פוטין האט זיך געלאזט דיזיינען א נייעם אוטו. אבער נישט סתם, נאר א ראקעט פראוו...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
פעסט פארווערד א 2 יאר....
2017
Honda Odyssey spy photo

דער צוקונפטיגער 2016 האנדא פיילאט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:12 pm
דורך שמעקעדיג
אינגאנצן אנדערש ווי די איצטיגע
די נייע קאר איז געבויעט אויפן זעלבן פלאטפארמע פונעם אויסגעצייכענטן ACURA MDX, עס דרייווט א מחי'.
(אגב, דער זעלבער פלאטפארמע ווערט גענוצט פארן קומענדיגן אדעסי אויכעט, פילייכט א 2017 מאדעל).

.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 4:28 pm
דורך יואב
לינקאלן גרייט זיך צוריק צו ברענגען דעם ברייטן לוקסעריעזן קאנטונענטל. http://www.freep.com/story/money/cars/f ... /70643378/

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:55 am
דורך שמעקעדיג
די 10 בעסט-סעלינג קארס אין 2014, אין אמעריקע און אין יאפאן.
אויסגעשטעלט לויט דעם סכום פארקויפטע וויהיקלס.
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
ווי שוין געשריבן דא, איז פאראן אסאך נייעס ביי די CES טעכנאלאגיע שאו פון 2016, ובכללם נייעס פון קארס.

קרייסלער האט אצינד ארויסגעשטעלט איר נייעם פארבעסערטן 2017 מיניווען, און אין א דראסטישע שריט, געטוישט די נאמען פון "טאון ענד קאונטרי" צו "פעסיפיקע". איר שוועסטער, די דאדזש "גרענד קערעווען", גייט גענצליך ארויס פון פראדוקציע.

עס קוקט מיר אויס אז עס פארבלייבט דערווייל מיט בלויז 7 זיצן, אין פארגלייך צו די סיענע און אדיסי וועלכע פארמאגן 8 זיצן, וואס איז א חסרון פאר אונזערע היימישע קינדער-געבענטשטע משפחות. אבער לייגנדיג דאס אין א זייט, דער נייער מיניווען איז א נייע וועלט מיט פילע מעלות, געבויעט אויף א נייע פלאטפארמע, עס פארט פיל בעסער ווי די יעצטיגע מאדעלן, און אנטשפרעכט צו זיין א גאר פארגעשריטענע מיניווען אין פארשידענע קאטעגאריעס.

צווישן די מעלות איז ווי פאלגענד, א בילט-אין וועקיום קלינער, וואס איז מער פאוערפול פון די אדיסי'ס; אויטאמאטישע סליידינג טירן און טראנק אן עס דארפן צורירן; א נייע בעקאפ קעמרע מיט א סורראונד 360 דעגרי פאנארעמע אויסקוק; מיט סענסארס פון אלע זייטן וואס וועט העלפן מיט פאראלעל-פארקינג; די מיטעלסטע זיצן וועלכע גייען אריין אין דער ערד וועט זיין פיל גרינגער אריינצולייגן, בלויז מיטן דרוק פון א קנעפל; עס וועט זיין א טראפעלע ברייטער פאר מער פלאץ; א גרויסער סאנראף (זון-דאך) אויך פאר די אונטערשטע זיצן, און בכלל וועט אלעס זיין פון בעסטן קוואליטעט, די זיצן און די קאנטראלס.

די ענדזשין פארבלייבט די זעלבע, אבער עס קומט א נייער 9-ספיד טראנסמישאן (ערזעצט די איצטיגע 6-ספיד), וואס וועט העלפן פאר בעסערע מיילעדזש. רעדנדיג פון מיילעדזש, וועט אויך זיין צו באקומען א הייבריד מאדעל צום ערשטן מאל, וועלכע וועט ציען פיל ווייניגער געז ווי די רעגולער מאדעל.

דער אויסקוק איז געמאכט מער ווי א עס-יו-ווי, אדער ענדערש סטעישאן וואגאן סטיל, כדי אוועקצונעמען דעם אויסקוק פון א מיניווען, און עס זאל אויסקוקן מער "קיל" בלע"ז.

עס וועט ערשיינען קומענדיגן פרילינג ביי די דילערס. דערווייל איז ערווארטעט גרויסע סעילס אויף די יעצטיגע מאדעלן כדי אויסצוליידיגן די אינווענטארי און מאכן פלאץ פאר די נייע.


.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
דא איז אינווייניג:

.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 4:48 am
דורך שמעקעדיג
צוויי תיקוני טעות, דזשאסט טו סעט דע רעקארד סטרעיט.

דער קאר איז געוויזן געווארן ביים דעטרויט קאר שאו, נישט ביים CES.

לויט איין מקור, וועט יא זיין אן אפציע פון א אכטע זיץ. כ'בין נאך נישט זיכער דערין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:43 am
דורך רויטע וואנצעס
אויך געזעהן באריכטעט אז ס'וועט זיין 8 זיצן.

א שאד זיי בלייבן מיט די אלטע מאטאר. ס'הערליך שיין, אבער די קרייסלער מאטאר געוואלד און געשריגען..

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב דאס זעלבע געטראכט לגבי דעם ענדזשין. אבער פארפאלן, קרייסלער האט נישט דערווייל עפעס בעסערס, קען זיין זיי ארבעטן אויף א נייערע, אבער אויף דערווייל ווערט דער ענדזשין גענוצט אקראוס די באורד אין רוב פון זייערע קארס. די גערודער וועט זיכער זיין בעסער אין די נייע ווען, זיי ארבעטן שטארק אויף שטילקייט, עס וועט זיין מער "סאונד-דעדנינג" מאטעריאלן ארום די ענדזשין און אנדערע פלעצער וואס איז גורם גערודער. זיי האבן דאס קלאר באשטעטיגט ביים פארשטעלונג.

א אינטרעסאנטע זאך האב איך פארגעסן צוצוצייכענען, אז דער אמאליגער 'שיפטער' איז פארשוואונדן. אזוי ווי אסאך אנדערע קארס היינט, מאכן זיי אנשטאט דעם רוקענדיגן שיפטער (וואס פארנעמט פלאץ) א קליינעם דייעל נעבן די עירקאנדישאן קאנטראלס, וואס דאס וועט מען דרייען ווען מען וויל גיין אין רעווערס אדער פארק.

האנדא גייט דאס יאר מעלדן זייער נייע 2017 אדעסי. איך האף אז די נייע קרייסלער וועט לייגן אביסל פרעשור אויף זיי צו דעזיינען זייער אדיסי מער פרימיום. כאטש די אדיסי דרייווט בעסער ווי די קרייסלער, אבער אין די דעזיין און אין פיטשעווקעס שטייגט די קרייסלער איבער.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:34 am
דורך שמעקעדיג
נייע פארגעשריטענע העדלייטס אויפן וועג צו אונזערע קארס.

http://www.detroitnews.com/story/busine ... /83214044/

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:32 am
דורך שמעקעדיג
קוים א קארגע 3 יאר אדורכגעלאפן פון די שמחה גדולה ביים יהדות החרדית אויף די נייע 2014 האנדע אדעסי

היינט האט האנדא אנאנסירט די נייע 2018 מאדעל וועלכע וועט האבן אסאך נייע פיטשערס, נייע ענדזשין און טראנסמישאן, גוטע מיילעדזש, און וועט פארן זייער שטיל.

.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:33 am
דורך שמעקעדיג
אינווייניג וועט זיין א גרויסע סקרין

.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:49 am
דורך שבת אחים
האנדא האט לעצטענס מפרסם געוועהן בשער בת רבים אויף ׳קול מבשר׳ און אין ׳דבר יום ביומו' אז פון 2018 און ווייטער וועלן אלע אדעסי׳ס וואס ווערן מאניופעקטארט פאר ברוקלין, ראקלענד, מאנרא און לעיקוואד זיין פולי עקוויפטעט מיט לייטס און סיערינס. עסקנים בעטן טאקע אז אזויווי סאיז נעתר לבקשתינו זאל מען טאקע נישט מאכן קיין חילול השם און נישט אנפרעגן צי מקען עס קויפן אויף מעדיקעיד. פוד סטמפס וועלן זיי יא אקצעפטירן נאר אינטערן־טיש פלעי, ביטע זיך ווענדן צו אייער שמש מקוה איד אדער דער בעל־תוקע פון אייער קהילה, ביטע נישט קומען נאך חצות הלילה.

נ״ב אלע אונזרע טשערי לייטס זענען נקי מחשש תולעים ומחשש שמיטה וזבל בהשגחת הרב שרגא אבדק״ק אֶדום המכונה רויטע־רבי שליט״א.

איך האלט אז ווען חסידים וואלטן געפירט א א אייגענע מדינה וואלט מען געקענט אויפשרייבן ביי די Toll Booths און ביי די פארקינג מיטארס. ואפילו בהסתרה וואלט זיכער געוועהן די national anthem. קול מבשר וואלט געוועהן די AM ראדיא סטאנציע און נחום וואלט געוועהן די FM ראדיא סטאנציע. די הויפט שטאט וואלט געוועהן ביים רבינ׳ס הויף. אין די שבעת ימי המשתה ביי די רבישע שמחות וואלטן די בענק געוועהן פארמאכט און ס׳וואלט געוועהן א ׳ליגעל־האלעדעי׳. ווער ס׳וואלט נישט געדרייווט א מיני ווען וואלט באקומען א שווערע סאמענס, כ׳מיין א קנס!, ווער ס׳האט נישט גערוקט די קאר ביי אלטענעט־סייד וועט מען שטעכן די רעדער. אראבער, שווארצע, פרויען און ליטווישע טאהרן נישט וואוטען. אלע רעסט עריעס וועט זיין קאצקע ציקער ,גאלדן פלאו, שליבאוויץ מיט מאטיאש הערינג און געשניטענע טוילעט פאפיר כשר לכל הדיעות. אויף די גאסן וואלט געוועהן טשולנט און קוגל סטענדס אנשטאט האַט דאגס און פרעצלס סטענדס. די שטאטישע וואסער וואלט געוועהן געפילטרט מיטן הכשר פון התאחדות .צווישן זעקס און זיבן זענען אלע סיסטעמס דאַון. ר׳ משה דוד נידערמאן וואלט געוועהן די פרעזידנט, בעריש פרייליך די ווייס פרעזידענט, יוסי געשטעטנער די פרעס סעקרעטערי, יואלי צימערמאן טשיף אף סטעיף. ראבינאויטש וואלט געוועהן שר הבטחון מאכן זיכער אז יעדער איז גע׳טובלט און געפילטערט. די פענדעל (FLAG)איז שטייצעך א שטיקל סחורה פון די רבי׳ס גאלדענע בעקטישע מיט סאמעט פון אויבן. אינטען שטייט אין רויטע אותיות אויב ביסטו נישט קיין חסיד "שייגעץ־ארויס"!, און ס׳הענגט נישט אויף א שטעקן נאר אויף א דיקע גארטל. קע״ה כן ירבו...

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
די פלעיטס פון א קאר איז א פשוט'ע שטיקל מעטאל, וואס ווערט ארויפגעשרויפט אויפ'ן חלק התחתון פונעם קאר בלויז צו קענען זעהן די נומערן.

אבער דאס קען זיך טוישן בקרוב -- עס וועט ווערן "סמארט-פלעיטס", און קענען טון צענדליגער פונקציעס צו פארגרינגערן די דרייווערס און פארשווערן פאר גנבים וכדו'. ווי למשל מאכן דורך דעם אינספעקציעס, און געענדיגט מיט די סטיקערס וואס קלעבן אויפ'ן ווינדשיעלד; קאר רענטלס וועלן קענען בעסער האלטן חשבון אויף זייערע קארס; אויב ווערט די פלעיטס רעפארטעד גע'ענב'עט וועט דער קאר תיכף אויפהערן ארבעטן, צווישן אנדערע.

https://www.cnet.com/roadshow/news/dumb ... get-smart/

Re: נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאצ

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג: מיט דעם נייעם פלעיט וועט צוקומען העקינג פראבלעמען .