בלאט 3 פון 4
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:א גוטע וויץ, קיינער קומט נישט צו צו קדם'ס טעיסט. און זייערע השגחה איז OU
[tag]ליפא[/tag] נאכן פליען פון OU צו ווייסמאנדעל זאג איך אויך אז OU איז טריפה...

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 9:52 pm
דורך ליפא
איך האב געווארט אויף די תגובה...
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 6:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויערבאך פון לעיקוואוד איז דער רב המכשיר פון אן אנדער'ן גרעיפ דזשאוס וואס איז נישט נאר נישט פון קאנצענטרעיט, ס'איז נישט געקאכט ביז נאכ'ן קוועטשען. און ס'קאסט אכט דאללאר א פלאש. דוכט זיך ס'איז פאבריצירט דורך א יונגערמאן אין קרית יואל (ללא חשש ציונות ימ"ש) און ביי ענק ווערט עס פארקויפט אונטער'ן נאמען 'ארמון'.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 9:16 am
דורך ליפא
ארמון באלאנגט פאר קדם
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 9:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועלכע קאמפאני מאכט די טייערע פרומע גרעיפ דזשאוס? אפשר נישט ארמון, איך געדענק נישט פונקט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:11 am
דורך דעת תורה
ליפא האט געשריבן:ארמון באלאנגט פאר קדם
זיכער? איך מיין דו מאכסט א טעות. גראדע דער בעה"ב פון ארמון (נחום בר"י שווארץ פון מאנרא) האט אמאל געהאט תירוש גרעיפ זשוס, און דאס האט קדם אפגעקויפט.
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:18 am
דורך ליפא
אזוי ליגט מיר אין זכרון אז קדם האט עס אפגעקויפט. אפשר זכרון פארנארט מיר
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 1:04 pm
דורך ברוך שאמר
יא ער האט איהם אפגעקויפט
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 8:15 pm
דורך ביליג
תירוש באלאנגט פאר קדם
ארמון באלאנגט פאר שווארץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:18 am
דורך יהושע חיים
דעת זקנים ברענגט
דאארויס א נקודה למחשבה
(נישט אז איך בין מסכים מיט עהם אבער כאפטס א בליק)
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנגעקומען קיין לעיקוואוד $2:99 א פלאש אין גורמעט גלאט. מיט א טי-שירט אומזיסט אז מ'קויפט כ גאנצע קעיס. נאר היינט נאכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
רב ליטוואק, כ׳האב מיר געפענט פיר גרויסע אויגן ווען איך האב דיר געזעהן קויפן א גאנץ קעסטל, שוין יארן וואס איך זעה דיר מאכן די ארדער און די קויפסט איין באטל יעדע צווייטע וואך. אההה דאס טישערט דארפסטו, איי גאט איט. אבער איין מינוט, דו גייסט אנטוהן דעם טישערט? קוים וואס מ׳זעהט דיר אן א היט? וויאזוי גייען זיי צוזאמען?
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב קיינמאל נישט געהאט א טי-שירט. יעצט אז איך האב, זוך איך א פאסיגע הוט, און איך ווער א טונא -בייגעל
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:03 pm
דורך געוואלדיג
שלום שטיסל האט געשריבן:רב ליטוואק, כ׳האב מיר געפענט פיר גרויסע אויגן ווען איך האב דיר געזעהן קויפן א גאנץ קעסטל, שוין יארן וואס איך זעה דיר מאכן די ארדער און די קויפסט איין באטל יעדע צווייטע וואך. אההה דאס טישערט דארפסטו, איי גאט איט. אבער איין מינוט, דו גייסט אנטוהן דעם טישערט? קוים וואס מ׳זעהט דיר אן א היט? וויאזוי גייען זיי צוזאמען?
נישט געזארגט אזא פירפל טישוירט זעהט זיך ארויס פון אונטער די שניי ווייסע העמעד..
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 6:38 am
דורך וועטערבאריכט
איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביידע זענען מסתם פון juice אבער האבען אויך concentrate פאר flavor consistency. קדם איז קליגער מיט דעם אז מען באהאלט עס אין די small print. די welches באטעל וואס שרייבט עס ארויס און פראנט איז לויט מיין מיינונג א נארעשקייט ווייל עס מאכט דאס אויסזען ווי א ביליגערע juice.
לגבי די פרייז איז קדם געווען 4.99 און welch's געווען 4.49 א קליינע חילוק אבער איי געיס אז אין די היימישע געשעפטען וועט דאס זיין מיט א 2-3 דאלער העכער ווי shoprite/Walmart ...דאס פארשטיי איך נישט ,די היימישע געשעפטען זענען ביזי יעצט קאווערען די גאסען מיט טרעילארס פאר פריי storage אויפן ציבור׳ס חשבון סאו וואס קאסט די עקסטרע 2 דאלער ?
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 7:45 am
דורך שבת אחים
א געוויסע היימישע כשרע עסען פאבריק האט מיט יאהרן צוריק פארהאנדעלט מיט א קליינע קאמפאני אין קאנאדא וואס האט געמאכט זייער גוטע גרעיפ זשוס און ער האט געוואלט מאכן דארט גרעיפ זשוס מיט א נייע נאמען, ער האט אנגעהויבן אריינצוטהן אין דעם און ער איז ארומגעגעאנגען פרעגן די בעלי הכשרים וויאזוי מ׳קען עס אויסארבעטען אויף די בעסטע וועג ס'זאל נישט זיין קיין יין נסך וכו' בקיצור וואס ווען וואו איז ער געוואר געווארן אז קדם האט אפגעקויפט די פאבריק פאר גאר א טייערע פרייז, זיי האבן זיך דערוואוסט (דורך די הייליגע רבנים) אז א אנדערע ערנסטע עסן פאבריק פלאנט צו קומען מיט גרעיפ זשוס האבן זיי געאפפערט די פאבריק א פרייז וואס זיי האבן נישט געקענט אפזאגן. וואס??? די מעשה האט מיר פארציילט די בעה"ב פון יענע כשר'ע עסן פאבריק וואס האט געוואלט מאכן די גרעיפ זשוס און געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.
עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? אדער נאכאלץ נישט? אז נישט וועל איך אייך עס מוזן מסביר זיין מיט א משל פון א בת מלך

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 10:30 am
דורך ליפא
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי
איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:12 am
דורך ירא שמים
קדם שרייבט אינו מבושל, איז וועלטש אויך אינו מבושל?
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 2:05 pm
דורך וועטערבאריכט
ליפא האט געשריבן:וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי
איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?
Here you go
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 2:17 pm
דורך וועטערבאריכט

קלענערע פלאש.
The point is it has juice from concentrate too, welch's writes it on the label clearly, kedem writes it in the small print.
וועטערבאריכט
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:40 pm
דורך ליפא
אקעי דאס זענען די פלעסטיק באטלעך. דארף מען אויך וויסן צו וועלטש לייגט נאר צו קאנסענטרעיט אדער דאס גאנצע איז פון קאנסענטרעיט
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 9:53 pm
דורך petergrifin
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
די גלאזערנע איז יא מבושל אדער נישט?
און ווי אזוי ווייסטו אז קדם זאגט ליגנט לגבי צוקער און נישט מבושל?