בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:55 am
דורך פרענטש וואנילע
NAVY SEAL האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, וואס האט א עסן געשעפט מיט נגיעות אסירות? זנות? דו האסט שוין געהערט פון איינעם וואס איז געזעצן אין א רעסטאראנט אין אנגערירט א פרעמדע פרוי ווייל ער איז יעצט און א רעסטאראנט? אפשר גייסטו נישט ארויס פון דיין הויז ווייל און גאס דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער פרויען און דו קענסט נכשל ווערן 100 מאל א טאג? יא יא נאר דאס האט עטץ אינזין זנות זנות און נאכאמאל זנות, נו אויב אזוי זענט עטץ אין איין קאטאגאריע מיט נחום ראזענבערג וואס איז ביזי מיט דעם 24/7 ,אבער נישט פארגעסן ווען משמירט אונטער הערשל קלאר דעמטאלטס איז אלעס מותר, שוין נישט דא קיין פראבלעם מיט זנות אין מיט נגיעות אסורות.


דו כאפסט נישט איז פרומאק איז סארקאסטיש? וויפיל תגובות דארף ער שרייבן מ'זאל זעהן אז ס'איז כל כולו סארקאזם..

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:58 am
דורך פרענטש וואנילע
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט


געוויס מיינט ער "טויבער'ס", ווייל דארט הייסט די פרוי מרס. טויבער, האב איך צוגעטראפן?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:12 pm
דורך berlbalaguleh
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט

די הנהלה דא אין קאווע שטיבל איז מקפיד נישט ארויס צו שרייבן פריוואטע נעמען, נאר אויב ס'איז שוין ממילא אין די נייעס, ווי למשל אז א פאר "מסירת נפש'דיגע" יונגעלייט האבן געמאכט א מחאה. נאר ווי ס'זעהט אויס וועט ממילא נישט זיין גארנישט ווייל די בעלי בתים פון יענעם סטאר האבן געגעבן א סכום הגון דארט וואו מ'דארף פאר "פראטעקשן".

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט


געוויס מיינט ער "טויבער'ס", ווייל דארט הייסט די פרוי מרס. טויבער, האב איך צוגעטראפן?

ניין. סאיז אן ערשטער נאמען פון א פרוי. יעצט וועט איר זיכער כאפן וועם מ'מיינט. דיין סטעיטמענט דערמאנט מיך פון ר' יאנקל מיללער'ס ווארט: "פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין אזוי? ווייל דעברעצינער רב וואוינט דארט!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:08 pm
דורך קלאר
די נייע געשעפט האט זיך שוין באווארענט ער איז אויפגעקומען מיט די וויליאמסבורגע קאפשטיק
ער האט געלייגט ''ביימעלעך'' פינקט ווי עטרת אברהם
אין אלעס איז כשר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:05 am
דורך איך זאג דיר
קלאר האט געשריבן:די נייע געשעפט האט זיך שוין באווארענט ער איז אויפגעקומען מיט די וויליאמסבורגע קאפשטיק
ער האט געלייגט ''ביימעלעך'' פינקט ווי עטרת אברהם
אין אלעס איז כשר
איך מיין אז דאס גייט שוין אריין בדרך לא דרך אין די סאטמארע פאליטיק, כ'וואלט אייך ג'עצה'ט אז איר זאלט עפענן א אשכול ספעציעל פאר די נושא פון די עטרת אברהם זאל
והכל על מקומו יבא בשלום, נישט אז איך האלט אז עטרת אברהם איז א פראבלעם, נאר עצה טובה קא משמע לן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:23 am
דורך קלאר
ווייל עטרת אברהם ווערט געפירט ביי יענקי הירש דארפסטו נישט זעהן אין מיין תגובה קיין פאליטיק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:24 am
דורך קלאר
וועמענס הכשר האט די נייע סטאר?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:28 am
דורך קאווע טרינקער
די שוואכע עלעמנענטן וואס גייען אריין טרעטן דארט, דארפען דען א הכשר? LOL

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:די שוואכע עלעמנענטן וואס גייען אריין טרעטן דארט, דארפען דען א הכשר? LOL

יא. ווייל א איד בלייבט א איד און ווייל ער טוט א קליינע עבירה מיינט נישט אז ער זאל שוין עובר זיין א גרויסע עבירה אויך. אפילו ש.ד. וואס ער גייט אן א קאפל גייט אויך עסן אין א כשר'ע דעלי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
קלאר האט געשריבן:וועמענס הכשר האט די נייע סטאר?


דערמאנסט מיר א ווערטל וואס כ'האב לעצטענס געהערט.

א רב זעהט ווי זיין חסיד געציל גייט אריין אין מעקדאנעלד'ס און פארלאנגט א געשמאקן מאלצייט פאר מיטאג, און רוקט אראפ אלעס ביז דער טעלער בלייבט ליידיג.

דער רב שוידערט. אזוינס!! ער שטייט אין דער זייט און קוקט צו די גאנצע מעשה מתחילתו ועד סופו.

ארויסקומענדיג, האלט אים דער רב פאר:
- געציל! וואס איז מיט דיר? דא עסט א איד?
- רב לעבן! - זאגט געציל - וואס האב איך נישט געטון ריכטיג?
- דו ווייסט דען נישט? עסן אויף אזא פלאץ?
- האט דער רב געזעהן ווי איך גיי אריין?
- יא!
- האט דער רב געזעהן וואס איך האב באשטעלט?
- יא.
- און וואס מען האט מיר דערלאנגט?
-יא.
- און ווי איך עס אלעס אויף?
- אויכעט!
- נו אויב אזוי, טייערער רב, איז דאך אלעס געווען די גאנצע צייט אונטערן השגחה פונעם רב זז"ג!!

לענינינו: דער געשעפט וועט האבן פולשטענדיגע השגחה און אויפזיכט פון ה.קלאר וחברייתו, מיט די עירוב שרייערס און אנדערע בני חורין שעוסקים "בתורה".

סאשי k אין וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:19 am
דורך נולד מאוחר
כהאב היינט גערעדט צי אן ארבטער און סאשי k און ב.פ. זאגט ער מיר אז זיי עפנען א סטאר און נייע וויליאמסבורג.
סשוין דא די סיין.ערגעץ אויף בעדפארד.
כמיין סאיז די ערשטע סאשי סטאר. קלאר און צימערמאן גלייכען סאשי?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:33 pm
דורך נולד מאוחר
בילדפעילד מעסיייה.
כבין זיכער אז א 'מקום פריצות' וואס מחיוב שריפה איז די פריצות געווען דארט אויף א הויכע מדריגה.
ווייסט איינער וואס דארט האט זיך אפגעטאן?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:54 am
דורך קינות גירושין
ממש אפענע זנות אזוי ווי די קלאבס אין די סיטי
מזעהט אפען יד ה׳

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:02 am
דורך זר זהב
קינות גירושין האט געשריבן:מזעהט אפען יד ה׳

:like איך אגריע

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:26 am
דורך יין שרף
קינות גירושין האט געשריבן:מזעהט אפען יד ה׳

כ'ווייס נישט אויב די יד ה', אבער די יד החזקה זיכער...

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:22 am
דורך berlbalaguleh
כ'הא נאר איין קליינע שאלה צו פרעיגן: אויב איז ח"ו געוועין יד ישראל באמצע. (דהיינו. אז א וואוילער יוד האט געטון עפעס א השתדלות, אויסער די תפילות, אז דער מקום פריצות זאל אפ שרפ'נען, האט ער זיך אדורכגערעדט מיט א מורה הוראה אויף די אופנים וויאזוי ס'אי מותר צו מאכן א הבערה בשבת?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:10 pm
דורך טעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:כ'הא נאר איין קליינע שאלה צו פרעיגן: אויב איז ח"ו געוועין יד ישראל באמצע. (דהיינו. אז א וואוילער יוד האט געטון עפעס א השתדלות, אויסער די תפילות, אז דער מקום פריצות זאל אפ שרפ'נען, האט ער זיך אדורכגערעדט מיט א מורה הוראה אויף די אופנים וויאזוי ס'אי מותר צו מאכן א הבערה בשבת?

מ'האט דאך קלאר געזאגט דא אז ס'איז געוועהן יד ד', ניין?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:25 pm
דורך chosen people
berlbalaguleh האט געשריבן:כ'הא נאר איין קליינע שאלה צו פרעיגן: אויב איז ח"ו געוועין יד ישראל באמצע. (דהיינו. אז א וואוילער יוד האט געטון עפעס א השתדלות, אויסער די תפילות, אז דער מקום פריצות זאל אפ שרפ'נען, האט ער זיך אדורכגערעדט מיט א מורה הוראה אויף די אופנים וויאזוי ס'אי מותר צו מאכן א הבערה בשבת?

עס איז טאקע אנגעפאנגן ברענען פאר די שקיעה (60), :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:43 pm
דורך שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:כ'הא נאר איין קליינע שאלה צו פרעיגן: אויב איז ח"ו געוועין יד ישראל באמצע. (דהיינו. אז א וואוילער יוד האט געטון עפעס א השתדלות, אויסער די תפילות, אז דער מקום פריצות זאל אפ שרפ'נען, האט ער זיך אדורכגערעדט מיט א מורה הוראה אויף די אופנים וויאזוי ס'אי מותר צו מאכן א הבערה בשבת?

ס'איז דאך געווען א מלאכה שאינה צריכה לגופה....

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:18 pm
דורך ניו יארק
איך האב געהערט אז מען האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט.
די פראגע איז נאר, פארוואס מען ארעסטירט אים נאכן פארשליסען דעם געשעפט, און אוועק שיקען די זונות...?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:54 pm
דורך אבגד
איין זאך קען איך אייך זאגן! אוודאי זאלן אלע אידן האבן פרנסה בריווח און סזאל נישט אפברענען קיין שום געשעפט. אבער מיט די אלע איבערגעטריבענע מחאות וואס איז דא אין וויליאמסבורג, איך גיי נישט יעצט אריין צו סדארף יא זיין צו נישט, אבער מיט דעם האט נאך וויליאמסבורג א גלאנץ, משא״כ בארא פארק וואס מ׳קען נישט אוועק מאכן די תורה וקדושה וחסד וואס איז דא דארט, אבער די שמוץ וואס איז דא דארט מיט די אלע הענגאויטס איז אויך נישט אוועקצומאכען, איך וויל נישט דא פורש זיין בשמם, ע״כ אויסצוקלויבן וועלעכע איז בעסער צו זיין מענטשליך און ח״ו יענעם נישט זאגען א ווארט ווייל אפשר וועט אים קראצען די נאז, אדער שרייען אויף יעדע קליינע זאך אפילו אויף זאכן וואס פעלן נישט אויס, איך וואלט ענדערש אויסגעקליבען די צווייטען.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:06 pm
דורך נולד מאוחר
ניו יארק האט געשריבן:איך האב געהערט אז מען האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט.
די פראגע איז נאר, פארוואס מען ארעסטירט אים נאכן פארשליסען דעם געשעפט, און אוועק שיקען די זונות...?

ארעסטירט ציליב ארסען?