בלאט 3 פון 13
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 6:36 pm
דורך מ גפני
היסטארישער שבת אריבער אין בלומענבערג שטעטעל מיט די ערשטע יודישע משפחה
נעקסטע וואך שבת איז דא א מנין משפחות איינוואוינער
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:26 pm
דורך הדד בן בדד
איך בין מקנא דעם איד. סיי זיין עולם הזה און נאך א סך מער זיין עולם הבא. איך האב נאר איין ווארט: WOW
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:48 pm
דורך פיינע קאווע
וויאזוי איז געווען מנין שבת?
געוואלדיג ממנו ילמדו וכן יעשו. מען דארף פארלאזען וויליטאון ווי פריער
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:43 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:31 am
דורך נאר,,פרייליך
שמירה ביי די אידישע צענטער'ן בעיר ואם בישראל בלימונבורג הבירה
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:41 am
דורך גנדי
לוינט זיך צו קויפן אדער אינוועסטיראן אין הייזער אדער לאנד אין יענע געגענט?
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:06 am
דורך מ גפני
פיינע קאווע האט געשריבן:וויאזוי איז געווען מנין שבת?
געוואלדיג ממנו ילמדו וכן יעשו. מען דארף פארלאזען וויליטאון ווי פריער
דער נחשון האט געהאט געסט אלס מנין
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:18 am
דורך נאטרוליסט
מ גפני האט געשריבן:פיינע קאווע האט געשריבן:וויאזוי איז געווען מנין שבת?
געוואלדיג ממנו ילמדו וכן יעשו. מען דארף פארלאזען וויליטאון ווי פריער
דער נחשון האט געהאט געסט אלס מנין
און א מקוה איז געווען פאר די מנין אידן?
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:34 am
דורך מ גפני
פון די ערשטע זאכן וואס מ'האט דארט געבויט איז געווען א מקוה, אפשר איז עס שוין אין באנוץ
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:35 am
דורך נאטרוליסט
STOP ORDER. עס איז נישט אין באנוץ!
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:05 pm
דורך נאטרוליסט
רמ"ש האט קאנפווירמד אז אויף שבת איז למעשה קיינער נישט דארט געווען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:18 pm
דורך בעל הבית
איך ווייס קלאר אז איין משפחה איז דארט געווען אויף שבת
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:06 pm
דורך שעפטל
געהערט פון א מקור נאמן אז ס'איז ליידער דא זייער גרויסע טשאנסן אז דאס גאנצע שטעטל איז א פארגאנגענהייט.
ס'דא אפאר אישוס דערביי און ס'איז זייער שווער לעת עתה עס מסדר צו זיין
פראבלעם נומער 1
גענוג תושבים צו קענען שטימען
איינע פון די ערשטע זאכן וואס מ'האט געהאפט איז געווען אז אויף מארטש איינס וועלן שוין דארט וואוינען אפאר הונדערט משפחות, אזוי וועלן זיי קענען אנטייל נעמען אין די קריטישע וויכטיגע וואלן וואס קומט פאר אום מארטש 18. אבער אזוי ווי די ערלים האבן דאס געכאפט האבן זיי געארבייט זייער שווער אויף א סטאפ ארדער און אפגעשטיפט די קאורט דעיט פאר נאך די וואלן...
גלייכצייטיג האבן די ערלים געשוואוירן נקמה אין די פאליטישאן'ס וואס האבן געהאלפן די אידן, און האבן געמאכט א שטארקע קאמפיין אין די קומענדיגע וואלן ארויסצושטויסן די העלפערס און אריינברענגן נייע.

- Bloomingburg Votes.jpg (114.78 KiB) געזען געווארן 2201 מאל
אויב קענען נישט די היימישע אידן שטימען און ס'קומען טאקע אריין די נייע איז דער שטעטל אויף גרויסע צרות! דאס מיינט אז רוב זאכן וואס האבן נאכנישט קיין אפראוועל וועלן קיינמאל (עטליסט ביז 4 יאר ארום ביי די נייע וואלן...) נישט אפראווט ווערן, און אפילו די זאכן וואס זענען יא, וועלן די ערוועלטע באהערדע פייטן אין קאורט ווי ווייט מעגליך.
פראבלעם נומער 2
אין דעם קען מען דיבעיטן וואס די חשבון איז געווען, אבער ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אן עפראווטע אפליקאציע דארט, זאגט ער מיר אז זיי האבן געווארט אז די אינוועסטערס זאלן ליגן מיט איבער געניג געלט און דערנאך וועלן זיי זיך צוזאמנעמען און פרובירן אראפצוקלאפן די פרייז.
ס'האט זיך טאקע אנגעהויבן ביי 369.000 א דירה, למעשה איז עס גאנץ שנעל אראפ צו 299.000. אבער די קויפערס ווילן עס פאר נאך ביליגער.
זיי פאררופן כסדר אינערליכע מיטונגן ווי אזוי זיי וועלן דאס קענען עהרייכן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:44 pm
דורך בן תמליון
ר' שעפטעלע איר קוקט אויס צו האבן א שטיקל אגענדעלע דא. איך ווייס נישט קיין אינערליכע פרטים אבער דער פראיעקט איז מער ווייניקער א פאקט. פריער אדער שפעטער וועט עס זיין שטורמישע פאקטן.
איבער די עלעקשאנס זעט אויס ווי א פראבלעם לעת עתה ווי איר זאגט, די דעוועלאפער האבן געהאט אין חשבון מען זאל שוין זיין ביי די עלעקשאנס. למעשה הייסט ווי עטליכע משפחות מופן ארויס די וואך ווען מען קען זיך נאך רעגיסטרירן. אין די לעצטע וואלן האבן זיך באטייליגט 24 מענטשן מעגליך מיט א צוויי מנינים קען מען נאך דרייען דעם רעדל.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:10 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטעלע קען ביישטיין אז הינדערטער משפחות זאלען ניש האבען ווי צו וואוינען אבי זיין הארץ עסעניש איבער די באראש פסק זאל זיך בארואיגען מיט דעם וואס יענעמ'ס תכלית'דיגע ארבעט פאר יודישע הרחבת'דיגע הייזער זאל דורכפאלען חלילה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:41 pm
דורך שעפטל
[tag]בן תמליון[/tag], איך האב ב"ה קיין שום אגענדע דא, איך בין גראדע געווען פון די סאמע ערשטע שטיצערס פון אזא פראיעקט (קוק
דא) איך האב דאס קיינמאל נישט אראפגעריסן פשוט ווייל כ'האלט אז ס'איז קריטיש וויכטיג אפגעזעהן אין פארטיי און ראסע.
סך הכל האב איך דערציילט נייעס ממקור הראשון
(ממאמר המוסגר, האב איך
דא אפגעשטעמפעלט א חלום פון די ארונים אלס א דורכפאל, טאמער איז עס נישט געניג ביליג...)
און צו דיר [tag]נאר,,פרייליך[/tag] מיט דיר קען איך מיך נאר מטפל זיין אין דיין פלאץ אין צימעס. סארי
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:06 pm
דורך שרייבער
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:10 pm
דורך שרייבער
איעדער, ארונים זאלונים צוגלייך, האפן און קוקן ארויס פאר די הצלחה פון דעם שטעטל, דער מצב פון דירות איז אומדעטרעגליך איבעראל, און ס'איז זיכער אז די הצלחה פון דעם שטעטל גייט זיין די הצלחה פאר יעדן!!!!!!
ממילא איז נאריש צו זאגן אז די ארונים זוכן דעם דורכפאל דערפון.
איך האב נאר סתם געטראכט צו מיר נאכן ליינען דעם אנטיסעמיטשן ארטיקל דא
viewtopic.php?f=4&t=5871וואס וואלט געווען ווען די מעשה איז פארקערט, די ארונים ווילן עפענען א נייע שטעטל, און מ'שטויסט זיך אן מיט די פראבלעמען ווי יעצט, אוי אוי אוי וואס ס'וואלט זיך געטון דא אויפן טישן און בענק
נאר פריילך וואלט זיך איינגעשפאנט מיט אלע ניקס דילי', און ארויסגעגאנגען מיט א געשריי, מיט איין ניק וואלט ער געליארעמט היתכן די אנשי החצר פארפירן מהר"א און מ'לאזט אים אריינגיין אין אזא קראנקע בעט, ס'איז א בושה, מ'פארשעמט אים.
מיט א צווייטע ניק וואלט ער געשריגן התגרות באומות
מיט א דריטע ניק וואלט ער געשריגן, הלמאי נוצן בחורים פאר א ארמיי פאר וואטס
וכו' וכו' וכו'
יעצט אבער אז די מעשה איז פארקערט, האט נאר פרייליך ב"ה גענוג צייט צו זיין פארנומען מיט די קברים
ברוך שמסר עולמו לשומרים
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:14 pm
דורך signout
לגבי די פרייז האבען די ערשטע תושבים א גערעכטע טענה, אז זיי זענען א חלק פין די אינוועסמענט אז מען דארף זיי אראפלאזען די פרייז, זיי ווילן אויך מען זאל זיי געבן בעקיארדס אין נאך עטליכע טענות
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:20 pm
דורך שעפטל
באמת גערעכט זענען זיי נאר ווען זיי האבן פון די ערשטע מינוט געזאגט אז זיי מאפן נאר פאר אזא און אזא פרייז. יעצט ווען מ'ליגט שוין מיט מיליאנען אנצוהייבן מאכן מיטונגן און פארפירן אויפן פרייז איז אביסל חי'שקייט.
נאר וואס דען????? זו הדרך.... און מ'דארף צו זיי צוקומען, וועט מען זיך בפשטות מוזן ברעכן
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:01 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטל האט געשריבן:באמת גערעכט זענען זיי נאר ווען זיי האבן פון די ערשטע מינוט געזאגט אז זיי מאפן נאר פאר אזא און אזא פרייז. יעצט ווען מ'ליגט שוין מיט מיליאנען אנצוהייבן מאכן מיטונגן און פארפירן אויפן פרייז איז אביסל חי'שקייט.
נאר וואס דען????? זו הדרך.... און מ'דארף צו זיי צוקומען, וועט מען זיך בפשטות מוזן ברעכן
יעדער פרובירט זיין זכות די ערשטע שפרינגער'ס פרובירען דאס בעסט פאר זיך און די עסקנים אינוועסטער'ס ווילען נישט מען זאל אויף זיי רייטען
פארגעס ניש דא איז נישטא קיין ריעל ריעל מנהיג כמו רבינו וואס 'יעדער הן די קונים והן די אינוועסטער' זאלען האבען א ביטול פאר אים
אבער עניוועי זאל דער אייבערשטער העלפן דאס בעסט,סתם צו גיין אנזייען קאנספיראציעס הערנדיג ממש ממקור ראשון און דערמיט אריינגעבן א שוואכקייט אין די וואס האבען נאך א געפיל און האפענונג איז קאלטבלוטיגקייט צו אחינו בשרינו וואס מוטשען זיך עד כדי התמוטטות ממש רח''ל.
@שרייבער'ל ביטע קנאק א צווייטען א טשייניק, אבער נישט יעדער אנטיסעמיטיש שרייבערל ברויך מען זיך קימער'ן, אזא חשובער שעפטל מק''ק סאטמאר זאל אזוינס אנדרייען בשעת ווען אידען ווילען נאך דעסיידען ארויסצופארען האט געפאדערט א שטיקעל הערה, שוין..
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:54 pm
דורך שעפטל
דאנערשטאג נאכט דארף צו קומען עפעס באמבאסטישע מעלדונג. (מעגליך נאך פריער).
לויט ווי ס'הייסט יעצט, וועט זיך נישט קיין וויליאמסבורגער איינוואוינער ארויסציען צום שטעטל פאר די קומענדיגע שבת. וואס דאס מיינט אז מ'מופט נאכנישט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:30 pm
דורך נאר,,פרייליך
כ'פרייליך ועוד ל'שעפטל ווערט אזוי געברענגט בשם פלאטשיגער דער אפיציעלער ווארטזאגער אויף אייוועלט בשם די ניע שטעטל אז ליל שישי קומט עפעס סורפרייזעס לכבוד פורים קטן, לאמיר האפען אז מנין וועט שוין זיין מדיירי העיר ואם בישראל און נישט לקט שכחה פון אנדערע מקומות
לאמיר מתפלל זיין להצלחתם, ולהציל יהדות ניו יארק פון אינטערגאנג