בלאט 3 פון 5

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:03 pm
דורך לעיקוואד
הערשי האט געשריבן:
חכם הרזים האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?

ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך יורה דעה הלכות ביקור חולים, אז מ'פירט זיך ציצולייגן א נאמען, לסימן טוב, ולשינוי מזל, און ס'שטייט נישט קיין חילוק צו ער איז א שכיב מרע פון 94 אדער א חתן ביום חופתו.

אמאל האט דער שולחן ערוך נישט אויסגערעדט און זיך סומך געווען אויפ'ן שכל הישר.
עניוועיס, איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט צוגעלייגט א נאמען און דער סגולה האט געארבעט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:33 pm
דורך יאיר
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:39 pm
דורך מאטי
איינער ווייסט בכלל צו דארט איז ערגער ווי דא?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:10 pm
דורך קינות גירושין
[tag][/tag]
יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

דער חת״ס זאגט שוין אז אפי סהעלפט נישט פאר עם העלפט עס פאר זיינע קינדער אדער די שכר פון די תפילות גייט פאר די נשמה, יאיר צופרידען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:37 pm
דורך diff
R Shlomo of Bobov, Tosher Rabbi

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
די מצב האט זיך אביסעל פארבעסערט אבער מ׳ברויך נאך רחמי שמים מרובים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:46 am
דורך דעת תורה
רבי "חנינא" אברהם לייטנער

דאס אז תפילה העלפט קען מען זעהן בחוש, מען זעהט דאך אז די גדולי ישראל וואס איז רבים צריכים להם און מען רייסט באמת איין פאר זייער רפואה לעבן פיל לענגער ווי עווערעזש. ווען מען זאל אזויפיל תפילה טון פאר א יחיד וואלט עס זיכער געהאלפן מהפך צו זיין דעם גזר דין לטובה.

דער בריסקער רב האט געזאגט, צוזעענדיג די מורא'דיגע תפילות וואס אידן אין א"י האבן געדאווענט און איינגעריסן דער דייטש זאל נישט קענען אריין קומען אין ארץ ישראל, אז ווען די אידן אין אייראפע וואלטן אויך אזוי שטארק מתפלל געווען וואלטן זיי אויך געקענט מבטל זיין די גזירה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:01 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:רבי "חנינא" אברהם לייטנער

דאס אז תפילה העלפט קען מען זעהן בחוש, מען זעהט דאך אז די גדולי ישראל וואס איז רבים צריכים להם און מען רייסט באמת איין פאר זייער רפואה לעבן פיל לענגער ווי עווערעזש. ווען מען זאל אזויפיל תפילה טון פאר א יחיד וואלט עס זיכער געהאלפן מהפך צו זיין דעם גזר דין לטובה.

מען זעט טאקע אז מן השמים קומען צופארן די גרעסטע דאקטוירים פון אלע עקן וועלט צו די גרויסע רבי'ס און ציען אויס זייער ארטיפישעל לעבן ביז'ן מאקסימום, און מן השמים טרעפט מען אלס געלט אין דעם רבי'נס קאסע צו באצאלן פאר די דאקטוירים, כאטש ער לאזט נישט איבערנעכטיגן קיין פרוטה. עס מוז זיין אז פון הימל וויל מען אז די קערפערס פון די הייליגע צדיקים זאלן בלייבן גאנץ ווי לאנג מעגליך כדי צו מגין זיין אויפ'ן דור.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:05 am
דורך דעת תורה
דערווייל האב איך נישט אויפגעפאסט אז עשירים זאלן לעבן לענגער ווי עווערעזש. קען זיין עס איז אזוי, אבער ביים היימישן עולם איז מער באקאנט הונדערט יעריגע גדולים ווי הונדערט יעריגע עשירים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:08 am
דורך יאיר
פארגעס נישט אז רבי'ס האבן חסידים וואס ווילן אז ער זאל בלייבן לעבן, משא"כ די קינדער פון די עשירים...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:12 am
דורך דעת תורה
געטראכט דערוועגן, אבער דער רבי האט דאך אויך קינדער למעשה וואס שארפן זיך שוין די ציין...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:13 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:געטראכט דערוועגן, אבער דער רבי האט דאך אויך קינדער למעשה וואס שארפן זיך שוין די ציין...

עס מוז זיין אז דעם רבי'נס קינדער לאזט מען נישט צו...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:40 am
דורך לעיקוואד
יאיר,
תפלה האט פילע ענינים און מובנים מער פון סתם דאס וואס עס העלפט אדער נישט. עס איז אן ענין פון אמונה, פון הכרת הבורא, פון קלאר מאכען פאר זיך ווי מען שטייט, ועוד ועוד ועוד, כמבואר בספרים רבים. ממילא איז די ענין פון תפלה לאו דווקא תלוי אין די סטאטיסטיקס וויפיל עס העלפט, אזוי צו אזוי איז עס א מצווה און א חלק פון א מאמינ'ס לעבן אז ער דאווענט.

משא"כ סגולות מסגולות שונות, איז נישטא קיין שום מצווה אדער רעליגעזער ענין צו טוהן סגולות, עס ברענגט נישט קיין אמונה און עס ווייזט נישט אז מען איז תלוי בחסדי הבורא. די איינציגסטע סיבה וואס קען זיין צו טוהן א סגולה איז פשוט ווייל עס העלפט. ממילא פאר מען טוהט דאס דארף מען געהעריג פארשען אויב דאס האט בכלל האפט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:46 am
דורך יאיר
לעיקוואוד האט געשריבן:תפלה האט פילע ענינים און מובנים מער פון סתם דאס וואס עס העלפט אדער נישט. עס איז אן ענין פון אמונה, פון הכרת הבורא, פון קלאר מאכען פאר זיך ווי מען שטייט, ועוד ועוד ועוד, כמבואר בספרים רבים. ממילא איז די ענין פון תפלה לאו דווקא תלוי אין די סטאטיסטיקס וויפיל עס העלפט, אזוי צו אזוי איז עס א מצווה און א חלק פון א מאמינ'ס לעבן אז ער דאווענט.

גיי זאג עס פאר די אלע אידן וואס רייסן איין די הימלען טאג און נאכט פאר אלע נעמען אויף די צעטלעך אין בעסמעדרעש, און מען וועט דיר ארויסטרייבן אלס אפיקורס. אין אנדערע ווערטער, ס'איז אפשר א שיינע מדרגה צו דאווענען לשם הכרת הבורא וכו', אבער רוב אידן וואס זענען מתפלל פאר א חולה וועלן פארמאכן דעם תהלים תיכף ומיד אויב זיי ווייסן אז ס'העלפט נישט.
און ווער זאגט דיר אז סגולות איז נישט קיין רעליגיעזע עקספיריענס? עס מוז נישט דוקא העלפן, עס איז פשוט אזא בארואיגונגס מיטל אז מען פרובירט אלעס וואס איז שייך, אז אונטער די בריאה זענען פארהאן מיטסעריעזע כוחות וואס אויב מען שלעפט אויף איין זייט אפעקטירט דאס די צווייטע זייט, דער בלויער שטיינדל היילט אויס פון קענסער און דער גרינער פון יענע מחלה, אפילו אטעאיסטן האבן אזעלכע סארט 'סגולות' וכדו' פאר א גוטער מזל, כאטש אפיציעל גלייבן זיי נישט דערין, און אין אזא פאל איז אפילו מעגליך אז ס'זאל בפועל העלפן, עי' ערך placebo.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:04 am
דורך נהורא נפישא
תפלה היא עבודה שבלב והקב"ה מתאוה לתפלת ישראל עכ"ז לפעמים כבר נגזרה הגזרה ושערי תפלה כבר ננעלו והתפלה חוזרת ריקם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:08 am
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:דער בלויער שטיינדל היילט אויס פון קענסער און דער גרינער פון יענע מחלה.

:D

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:14 am
דורך חכם באשי
מעשה ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?!... וואס איז דאס קופקע'ריי דא אין דעם סענסיטיווע אשכול? רבותי, אדער א קאפיטל תהילים אדער צונעמט מען די סוכה. סתם ארומשטיין און פלאטקענען?...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:20 am
דורך לעיקוואד
יאיר
וואס ווילסטו דא פון אידען אין בעסמעדרעש? אויב האלטסטו זיי קענען פארמאכען דער תהלים איז אפשר זאלן זיי טאקע, וואס איז דאס א ראיה אדער קשיא אדער תירוץ? מיר רעדן דא אויפ'ן עצם ענין. רוב אידען אין בעסמעדרעש וואלטען זיך אויסגעטוהן דער קאפל ווען זיי ווייסען אז גיין א קאפל איז קוים א מנהג. ממילא וואס?

סגולות איז אזא רעליגיעזע זאך ווי גיין צו א דאקטאר. וואס מענטשען טוהן אפילו נישט אלעמאל קען מען עפעס טוהן. ממילא נידון בדיני דאקטורים. מיליאנע מענטשען ניצען טאקע פארשידענע פלאסיבאס פון המאפאטיע ביז ווייס איך וואס, פרעג נאר חזקיהו המלך, ולא מפני השוטים ווערט דאס רעליגיעז.

[tag]חכם באשי[/tag] האקט

גערעכט זענט איר.
גיימיר שוין זאגען א קאפיטל תהילים.
(א) שִׁיר הַמַּעֲלוֹת מִמַּעֲמַקִּים קְרָאתִיךָ יְדֹוָד:
(ב) אֲדֹנָי שִׁמְעָה בְקוֹלִי תִּהְיֶינָה אָזְנֶיךָ קַשֻּׁבוֹת לְקוֹל תַּחֲנוּנָי:
(ג) אִם עֲוֹנוֹת תִּשְׁמָר יָהּ אֲדֹנָי מִי יַעֲמֹד:
(ד) כִּי עִמְּךָ הַסְּלִיחָה לְמַעַן תִּוָּרֵא:
(ה) קִוִּיתִי יְדֹוָד קִוְּתָה נַפְשִׁי וְלִדְבָרוֹ הוֹחָלְתִּי:
(ו) נַפְשִׁי לַאדֹנָי מִשֹּׁמְרִים לַבֹּקֶר שֹׁמְרִים לַבֹּקֶר:
(ז) יַחֵל יִשְׂרָאֵל אֶל יְדֹוָד כִּי עִם יְדֹוָד הַחֶסֶד וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת:
(ח) וְהוּא יִפְדֶּה אֶת יִשְׂרָאֵל מִכֹּל עֲוֹנֹתָיו:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:46 am
דורך טעפל
ס'איז א דורעך א רואיגע נאכט אויף מרן שליט"א אבער דו מצב איז נאך זייער שווער, וואס יא ער איז מגלה סימני התעוררות דאס מיינט אז ס'דערקענט זיך אז ס'גייט אראפ די השפעה פון די הרדמה, הלוואי זאל מען נאך הערן גוט'ס פון איהם, כי קל מלך רופא נאמן ורחמן אתה..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:04 pm
דורך גיבור
ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:07 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?


גיבור האט געשריבן:ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:16 pm
דורך פאריז
שמעקעדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

גיבור האט געשריבן:ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה


וואס ווילסטו איבערצייגען דערמיט?
אפילו וועסט שטיפען צי א קארנער און אויפווייזען מיט א מציאות, דאך קען מען אייביג טרעפן נאך סיבות צו זאגען וואס עס האט געהאלפן און נישט מודה זיין אין א חז"ל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:20 pm
דורך אביגדור
.