יאיר האט געשריבן:די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?
הוגה האט געשריבן:ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס?
שרייבער, סברות און ראיות פון מעשיות אדער אנדערע מאמרי חז"ל זענען נישט גענוג שטארק צו מתיר זיין יענעמ'ס בלוט. (ווייל סברות קען מען אפפרעגן מיטן צייגן אז ס'נישט דא קיין גאראנטי אז די קינד וועט בלייבן פרום, אדרבא לכאורה האט א קינד פון א war torn פאמיליע שוואכערע שאנסן צו בלייבן פרום.) ווייז מיר וואו די "תורה/באשעפער" פארלאנגט פון אונז צו באראבעווען קינדער פון עלטערן כדי זיי זאלן בלייבן ביי די רעליגיעזע משפחה? ווייז א פרעצידענט. און איינמאל איר האט דאס געענדיגט אויפווייזן, דאן הערט אויף מיט די שקרים און זאגט קלאר ארויס אז מיר פרומע אידן האבן א דזשיהאדיסט אגענדע צו האלטן די קינדער מיט די פרומע משפחה אפגעזעהן וואס איז בעסער פאר זייער וואולזיין.