בלאט 3 פון 8
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:08 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?
הוגה האט געשריבן:ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס?
שרייבער, סברות און ראיות פון מעשיות אדער אנדערע מאמרי חז"ל זענען נישט גענוג שטארק צו מתיר זיין יענעמ'ס בלוט. (ווייל סברות קען מען אפפרעגן מיטן צייגן אז ס'נישט דא קיין גאראנטי אז די קינד וועט בלייבן פרום, אדרבא לכאורה האט א קינד פון א war torn פאמיליע שוואכערע שאנסן צו בלייבן פרום.) ווייז מיר וואו די "תורה/באשעפער" פארלאנגט פון אונז צו באראבעווען קינדער פון עלטערן כדי זיי זאלן בלייבן ביי די רעליגיעזע משפחה? ווייז א פרעצידענט. און איינמאל איר האט דאס געענדיגט אויפווייזן, דאן הערט אויף מיט די שקרים און זאגט קלאר ארויס אז מיר פרומע אידן האבן א דזשיהאדיסט אגענדע צו האלטן די קינדער מיט די פרומע משפחה אפגעזעהן וואס איז בעסער פאר זייער וואולזיין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:10 pm
דורך יאיר
בקיצור, דער תמצית וואס קומט ארויס פון די אלע תגובות איז אז די וועלט איז אן אבסורדאלע פלאץ זיך צו געפינען, בפרט פאר די מענטשליכע ראסע, און ווי אזוי מען טוט איז נישט גוט. איך מיין מיר זאלן אלע נאכטון די קלוגע שריט פון מס. טאמבור.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:11 pm
דורך נהורא נפישא
קריינא דאגרתא איהו להוי פרוונקא.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:16 pm
דורך שרייבער
הוגה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?
הוגה האט געשריבן:ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס?
שרייבער, סברות און ראיות פון מעשיות אדער אנדערע מאמרי חז"ל זענען נישט גענוג שטארק צו מתיר זיין יענעמ'ס בלוט. (ווייל סברות קען מען אפפרעגן מיטן צייגן אז ס'נישט דא קיין גאראנטי אז די קינד וועט בלייבן פרום, אדרבא לכאורה האט א קינד פון א war torn פאמיליע שוואכערע שאנסן צו בלייבן פרום.) ווייז מיר וואו די "תורה/באשעפער" פארלאנגט פון אונז צו באראבעווען קינדער פון עלטערן כדי זיי זאלן בלייבן ביי די רעליגיעזע משפחה? ווייז א פרעצידענט. און איינמאל איר האט דאס געענדיגט אויפווייזן, דאן הערט אויף מיט די שקרים און זאגט קלאר ארויס אז מיר פרומע אידן האבן א דזשיהאדיסט אגענדע צו האלטן די קינדער מיט די פרומע משפחה אפגעזעהן וואס איז בעסער פאר זייער וואולזיין.
זאל איך ענטפערן? דו פלאנסט זיך סיי ווי צו האבן די לעצטע ווארט, א מורה הוראה בין איך נאכנישט צו קענען צאמווארפן מ"מ, אויף למעשה איז עס יעצט נישט נוגע דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, עמיר בלייבן ביי דעם
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:16 pm
דורך הוגה
[tag]יאיר[/tag], הער שוין אויף מיט די ליצנות.....
[tag]לכבוד שבת קודש[/tag], איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר, איך האב נישט געעפענט די אשכל, און איך האב נישט געטאנצן אויף קיינעמ'ס בלוט! אדרבא, קוק צוריק און זעה וועלכע צד פון די דעבאטע דא האט געטאנצט אויף אידיש בלוט. ליין איבער מיינע תגובות אין דער גאנצע אשכל וועסטו זעהן אז אלע מיינע רייד זענען נאר אין ריספאנס צו די תגובות פון די עולם דא און די צוגאנג און שמחה פון געוויסע אין די קאמיונעטי צו די שרעקליכע טראגעדיא. אויב געפעלט דיר נישט מיין צוגאנג צו דער כלליות'ידע נושא, דאן נעם אראפ דיין רחמנות'דיגע פרצוף און זאג וואס באדערט דיר באמת. איים סארי אבער דיין תגובה איז אומ-מענטשליך. איך בין דיר מוחל בלב שלם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:21 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אקעי הוגה, איך וועל נישט ווארטן אזוי לאנג ווי שרייבער. לדעתי איז א דעבאטע מיט דיר ווי בענזין צו פייער, איך וויל נישט זיין א גורם צו טשעפענען מיין חבר וואס גייט דא דורך שווערע צייטן א דאנק דיר. ממילא, לאז איך דיר שוין האבן דאס לעצטע ווארט. העוו אי נייס דעי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:21 pm
דורך עסקן בדברים
דענקער, וועם מיינסטו צו שעלטן מיט "הי"ד"? דער וואס האט איהר בידים געהארגעט אדער נאר די וועליכע האבן געהאט א האנט אין עס צוברענגן?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:23 pm
דורך יאיר
הוגה, אויב די מאמע ואלט געווען א דזשיהאדיסט וואס וואלט געשטיצט די קינדער זיך צו אויפרייסן אויף א באן סטאנציע, וואלסטו געהאלפן אוועקנעמען די קינדער פון איר? פון אן אלטרע ארטאדאקסישער איד'ס שטאנדפונקט איז דאס גארנישט אנדערש ווי א מאמע וואס שטיצט חילול שבת.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:23 pm
דורך זר זהב
הוגה, כמיין אז די אלע תגובות וואס האבן דיר געמאכט 'רעספאנדן' איז אויך נאר געווען אין ריספאנס צום תגובה פונעם פותח האשכול וואס איז זייער איינזייטיג און OTD'איש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:28 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:הוגה, אויב די מאמע ואלט געווען א דזשיהאדיסט וואס וואלט געשטיצט די קינדער זיך צו אויפרייסן אויף א באן סטאנציע, וואלסטו געהאלפן אוועקנעמען די קינדער פון איר? פון אן אלטרע ארטאדאקסישער איד'ס שטאנדפונקט איז דאס גארנישט אנדערש ווי א מאמע וואס שטיצט חילול שבת.
איך מוטשע מיך אן צו שרייבן לאנגע מגילות, קומט איין חכם, דער [tag]יאיר[/tag] ומאיר עיני ישראל און זאגט די זעלבע אין א נישטיגע איין מיט א האלב שורות... ברוך שחלק מחכמתו.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:29 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]הוגה[/tag] ווערט באשאסן. מוטב שיכנס החץ בי. לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דא אויפרעגן דר'עולם:
איין מינוט, כ'טראכט אזוי הויך, צווישען צוויי אויערן, וואס איז בכלל די טראגעדיע? פאר אן OTD וואס איז איבערצייגט אז נאכן טויט איז גארנישט דא, וואס איז שוין די ביג דיעל פון שטארבן?
אויב האט זי געהאט יסורים ביים לעבן, און זי האט מחליט געווען צו ענדיגען איר לעבן, האט זי געטוהן גענוי וואס זי האט געוואלט. מה כל הרעש?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:30 pm
דורך יאיר
הוגה האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag], הער שוין אויף מיט די ליצנות.....
עס איז גארנישט קיין ליצנות. נאכ'ן הערן אזא צערודערטע מעשה, רוב מענטשן טרעפן א בארואיגונס פיל אין אנלייגן דעם שולד אויף דעם און אויף יענעם. דאס איז נישט מער ווי אזא פסיכאלאגישע מיטל זיך צו בארואיגן אז בעצם איז די וועלט גאר גוט, מ'דארף נאר מתקן זיין די פאר שלעכטע מענטשן און אלעס ועט זיין בסדר, לדאבוני קען איך נישט טרעפן קיין בארואיגונג אין קיין איינע פון די שימפערייען און זידלערייען און אויפקלערונגען לכאן או לכאן, בלייבט מיר נאר איבער די איינציגסטע ברירה צוריקצושטעלן מיין פריערדיגע חתימה:
no hope for the human race.
ווען מיר וועלן דאס אלע איינזען וועט מען אויפהערן זיך ארומצואמפערן און פרובירן צו 'בעסער' מאכן די וועלט (פארגעסט נישט אז דער חרדי וואס רייסט אוועק די קינדער פון די מאמע האט פונקט אזעלכע גוטע כוונות ווי הוגה ביים אים באזידלען). אפשר אזוי וועלן די מענטשליכע באשעפענישן אפקומען גרינגער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:31 pm
דורך יאיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag] ווערט באשאסן. מוטב שיכנס החץ בי. לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דא אויפרעגן דר'עולם:
איין מינוט, כ'טראכט אזוי הויך, צווישען צוויי אויערן, וואס איז בכלל די טראגעדיע? פאר אן OTD וואס איז איבערצייגט אז נאכן טויט איז גארנישט דא, וואס איז שוין די ביג דיעל פון שטארבן?
אויב האט זי געהאט יסורים ביים לעבן, און זי האט מחליט געווען צו ענדיגען איר לעבן, האט זי געטוהן גענוי וואס זי האט געוואלט. מה כל הרעש?
זעט אויס אז די אלע שרייבערס אויף קאווע שטיבל גלייבן אין די זיבן היכלות פון גיהנם וואס וועלן אפווארטן די אומגליקליכע מרת. טאמבאר אויף יענע וועלט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:32 pm
דורך בשםואין
ווען מ׳רעדט פון אן אטעאיסט אדער א שוואכער גלויביגער איז זעלבסטמארד איז א וועג ארויס.
פאראן צוויי סארטן זעלבסטמארד:
איינס, קצתי בחיי, ער האט אלעס אבער די ניוראן׳ס אינעם מוח שפרודלען מיט דעפרעסיע, טראכט ער צו זיך: כ׳האב שוין פון אלעם טועם געוועזן, איך זעה נישט קיין שום תכלית, וואו איז דער נענטסטער בריק, האטס מיר און זייטס מיר, ער טראכט נישט וואס וועט זיין נאכדעם, וועמען ס׳וועט וויי טון.
פאר אזא איינעם איז דאך ממש א שאד די טרערן, ס׳איז אים בעסער, ס׳איז פאר זיין ארומיגע בעסער.
די צווייטע סארט איז א אנגעווייטאגטער מענטש מיט אסאך פראבלעמן, אין די איצטיגע פאל איז עס געווען א מוטער וואס האט פארלוירן אירע קינדער, אונז זיץ מיר דא און מווארפט מיינונגן, יעדער פון זיין קליינעם וועלטל, פון זיין חסידישן באקס פרובירט צו פארגלייכען די צוויי צדדים צו צוויי קעגנערישע פארטייען פון זיין קהילה.
פאר די ווארפסט ארויס דיין מיינונג פרעג זיך זעלבסט:
ביסט אמאל געווען א מאמע?!
צו האסטו אמאל געשפירט די ווייטאג פון פארלירן א קינד?!
האסטו אמאל געזען אין די ספרים הקדושים וואס עס טוט זיך אפ אויבן ביים כסא הכבוד ווען די מאמע פייגעלע קוויטשעט פאר ווייטאג ווען זי זיכט אירע אייער אינעם נעסט?!
און כדי ארויפצושיטן אביסעלע זאלץ און פעפער אויף די וואונדן האט איר אייגענע פאטער אויפגעטרעטן אקעגן איר אין געריכט און די קינדער האט מען אריינגעבאקן א פאטאלאגישע האס און פיינטשאפט אקעגן איר.
די מערהייט פון קאמענטירער האלטן אז זיי זענען זייער ׳open minded' אין זייער אייגענע (אידישע) רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע און זייער מיינונג, איך בין זיכער אז אייער רעאקציע וואלט געווען גאר אנדערש ווען איר ליינט אזא נייעסל אויף רויטערס אינטערנאציאנאל:
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:32 pm
דורך היימישער ליטוואק
הוגה - צוויי אכצן יעריגע קענן נישט שליסן א בונד?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:34 pm
דורך יאיר
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...
וואספארא פארגלייך איז דאס, די פרוי איז דאך אנטלאפן פון א פאלשע רעליגיע, בעת מיר קעמפן פאר'ן אמת'דיגן העכערן תכלית פון די קינדער, די טוב שאין טוב למעלה הימנה.
(הגה: איבערגעזעצט פון א קאמענט אויף אראביש אין יענעם איראנער נייעס באריכט).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:35 pm
דורך יאיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הוגה - צוויי אכצן יעריגע קענן נישט שליסן א בונד?
ניין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:37 pm
דורך מורינו הרב
בשםואין האט געשריבן:
די מערהייט פון קאמענטירער האלטן אז זיי זענען זייער ׳open minded' אין זייער אייגענע (אידישע) רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע און זייער מיינונג, איך בין זיכער אז אייער רעאקציע וואלט געווען גאר אנדערש ווען איר ליינט אזא נייעסל אויף רויטערס אינטערנאציאנאל:
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...
ווי אזוי וואלסטו עס אנגעקוקט ווען די ניו יארק טיימס וואלט באריכטעט:
ניו-יארק - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי אומסטאביל...
כ'מיין אז די געריכט האט עס נישט געזאגט צוליב רעליגיע, ווייל אויב יא, איז כולי עלמא מודה אז וועבערמאן איז אומשולדיג מיט אזא געריכט סיסטעם, ודו"ק.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:39 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאיר: EXPLAIN!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:41 pm
דורך דעת תורה
פארוואס טראכסטו אז די קאמענטירער דא האלטן אז זייער רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע דא? ווען נישט די רעליגיע אישו וואלט איך געבעקט די מאמע אלל די וועי. נאר רעליגיע איז די זאך דא (כאטש טייל שווארץ קוקער האלטן אז עס איז שלעכטע מידות אויך, אבער ווי הוגה און שרייבער האבן שוין אנגעוויזן זענען די שלעכטע מידות נישט אקטיוו וען די רעדע איז איבער טוישן פון אהרוני צו זאלי
--
דער עולם האקט אין גרויסן, איך באצי זיך צו שםואין
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:42 pm
דורך יאיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר: EXPLAIN!
אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:55 pm
דורך עסקן בדברים
די לויה וועט באלד זיין
פאר אינפורמאציא 646-222-0016
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:56 pm
דורך בשםואין
מורינו הרב האט געשריבן:ווי אזוי וואלסטו עס אנגעקוקט ווען די ניו יארק טיימס וואלט באריכטעט:
ניו-יארק - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי אומסטאביל...
כ'מיין אז די געריכט האט עס נישט געזאגט צוליב רעליגיע, ווייל אויב יא, איז כולי עלמא מודה אז וועבערמאן איז אומשולדיג מיט אזא געריכט סיסטעם, ודו"ק.
וועמען ווילסטו פאפן, מיך אדער דיך?
אונז פון אינעווייניג ווייס מיר דאך זייער גוט אז די סיבה פארוואס זי האט פארלוירן אירע קינדער איז נישט ווייל זי איז אומסטאביל.
דאס איז איינע פון די טעראר טאקטיקן וואס ווערן גענוצט ביי ארטאדאקסישע גיטין אוועק צונעמען די קינדער פון דער וואס גייט נישט אין שפאן.
טאמער וואלט מיר זיך אונז געזארגט פאר קינדער וואס ווערן אויפגעצויגן ביי אומסטאבילע (כ׳גלייך דעם ווארט) עלטערן וואלט די דבר יום ביומו קידושים און זכרים אפטיילונג געוועזן א צענטל פון וואס ס׳איז איצט...