Visionary האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:15 pm
איך ווייס נישט צו מארדי געץ אדער יעקב קארנבלו ווערן אנגערופן מוסרים. די צייט פון קראונע איז געווען א ביטערע צייט פון פיין און טרויער און מענטשן האבן נישט געהאט די ריכטיגע ישוב הדעת.
אפשר א תירוץ פאר אלע שב ואל תעשה'ס וואס מענטשן האבן געטוען, אבער נישט קיין תירוץ פאר רשעות בקום ועשה,
ועוד יש לומר ווען מען רעדט פון אן עסקן וואס טוט "אלעמאל" און דא איז ער אדורך געפאלן הער איך, אבער איינער וואס האט געלעבט זיין ביזנעס און פונקט דעמאלטס איז ער געקומען "ראטעווען" די קאמיוניטי פון זיך אליין, הדבר אומר דרשוני,
יא מסור נישט מסור איז נישט די נושא, דאס קען מען לאזן פאר'ן אייבישטער, יבא בעל הכרם וכו', אבער די ווייטאג פון מענטשן אויף א יחיד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט באשמוצן זיינע ברודער [אפילו ווען ער וואלט געווען גערעכט] סתם צו ווייזען אז ער איז מער אויפגעקלערט, קלוגער, cooler, איז פלעין און פראסט רשעות.