בלאט 3 פון 13
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm
דורך נצבד
אפשר גאר באשולדיגט די משפחה, טאקע אט די אפגעפארענע חבירים און די מצב וואו זי איז אנגעקומען, סיי איר רוחניות'דיגע זעלבסטמארד, און סיי און איר גשמיות'דיגע זעלבסטמארד?
ממילא וויל נישט די משפחה אז זיי זאלען קומען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איין גראבע ליגענט, אז זי האט זיך געהארגעט וועגן נישט האבן די קינדער.
זי האט נישט געהאט קיין סיבה אויף צו לעבן. אזוי האט מען געלערנט דארט ווי זי האט זיך געדרייעט.
משוגע דארף מען זיין צו לאזן קינדער אין די האנט פון מענטאל קראנקע מוטער.
שיין וואלטן מיר אויסגעזען ווען גאט געב די תורה און שכל פאר פוד סטעפס אין תחת אריין
לידיעת הרב המשכיל ר' מנשה לוסטיג שליט"א. ס'איז א חילוק פון "פוד" ביז "פוט". פוד איז עסן און פוט איז א פוס. פוד סטעפס איז נישט פארהאן. ס'איז דא פוד סטעמפס. נאך איז פארהאן אן ארגאניזאציע "פוט סטעפס". פוסטריט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
העלא האט געשריבן:אזויווי די אשכול ווי מ'טענה'ט זיך איבער אוועק נעמען קינדער איז פארשפארט שרייב איך עס דא,
אינטערסאנט אז מ'טענה'ט זיך 7 פעידזשעס יא רעכט נישט רעכט קיינער זאגט נישט דעם אמת און צו די זאך,
די אמת איז:
אונז זעמיר אידן, און מיר האבן א תורה, אונזער תורה זאגט, אז מיר דארפן ראטעווען יעדע איד פון אפגליטשן, כל ישראל ערבים זה לזה,
אויב דורך זיין ביי די מאמע וואלטן זיי קיין אידישקייט נישט געהאלטן דארף מען זיי אוועקנעמען,
קיין איין דיין וועט נישט זאגן אנדערש,
אויב איינער ברענגט מיר א פסק פון א אנגענומענע דיין מיט א נאמען, אז אין אזא פאל טאר מען נישט אוועקנעמען קינדער, וועל איך אי"ה דעפאזיטן א הונדערטער אין זיין באנק אקאונט
אונז זעימיר דאך שוין אין צוויי אנדערע פעלער וואו מ'האט אוועקגענומען א קינד, אדער קינדער פון די מאמע האט נישט געטויגט. 1) יאסעלע שוכמאכער: 2) ישי פימא. הרב שלמה העלבראנץ.אין ביידע פעלער זענען די קליינע קינדער וועלכע מ'האט געקידנעפט (אמת, טאקע לשם שמים) און אוועקגעריסן מיט אכזריות און רשעות פון זייער מאמע געווארן גייסטיג און עמאציאנעל צובראכן און אוועקגעגאנגען פון אידישקייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
באלד וועט עס מער נישט זיין, זיי נעמען זיך דאס לעבן איינס ביי איינס, און זיי זענען 'פוד' לחיות הארץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:01 pm
דורך עסקן בדברים
מנשה, פון וואו נעמסטו אזא האס צו די מענטשן? איינער פון זיי האט דיך אפשר אמאך אפגעטון?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינמאל? איינמאל אפגעטון?
זיי באשמוצן מיר אלץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:10 pm
דורך חזקיהו המלך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:באלד וועט עס מער נישט זיין, זיי נעמען זיך דאס לעבן איינס ביי איינס, און זיי זענען 'פוד' לחיות הארץ
מנשה לוסטיג האט געשריבן:הא הא הא טויט אלע שונאים
מנשה, מיט דיינע קאמענטארען טוסטע באשמוצען סקווירא נאכמער ווי די וואס שרייבען קעגען סקווירא,
חחחחח.... מיט אזאלכע חסידים ווער דארף נאך מתנגדים .....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
אויב דאס הייסט באשמוצן קענסטו אויסמעקן גאנץ ספר תהילים
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:18 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה
פארוואס ביסטו נישט געקומען טאנצען אביסעל אויף די לוי'? לעצטענס שטייט אין די גאזעטען אז די ביסט א גאר א גלונגענער טאנצער, נאך מער ווי די שפאלער זיידע...........
בנוגע לעצם הענין.
לכאורה איז לעיקוואד דא א שטיקעל יחיד, אבער מען ברויך אריין קלערען פין א אנדערע ריכטונג. קען זיין מען קען פארשטיין וואס דארט איז געוועהן ביי די לוי', עס מוז נישט האבען מיט סקווירא, עס קען רואיג זיין איר משפחה האט נישט געוואלט זיי זאלען זיין אויף די לוי', זיי האלטען דאך מן הסתם אז די חברים זענען שולדיג אין איר אפגעליטשען וכו'.
אבער די שאלה הצריך עיון איז, טאמער ל"ע געשעהט א אומגליק כזה אין אנדערע מקומות, צו מען וואלט געטוהן די זעלבע זאך, איך מיין אז מען קען רואיג אננעמען אז אין סאטמאר וואלט מען געמאכט א לוי', אין מער א פריוואטער טשאפעל, און געלאזט קומען ווער עס וויל וויינען און שרייען. דאס איז נישט קיין מהלך וואס מען וואלט געטוהן אין אנדערע מקומות.
לגבי די זאך אליין פין זי פייניגען מיט צונעמען די קינדער, געשעהט איבעראל, און לאו דוקא מיט חסידים און חרדים, נאר אפילו די מאדערנע ווען עס איז דא קאסטאדי פייט, נעמט מען ארויס אלע געווער, און מען פראבירט אויף אלע פראנטען, און זיי וועלען אויך טענה'ן אז דער צד השני איז נישט גענוג פרום וכו'. עס איז מעשים בכל יום. און האט נישט מיט חרדי'זים אזוי ווייט.
עס איז טאקע א גרויסער שאד אז זי האט זיך גענומען דאס לעבען אזוי טראגיש, כל זמן מען לעבט קען מען נאך תשובה טוהן, און אלמלי מען וואלט זיך געכאפט און צוריק געברענגט, וואלט זי מן הסתם תשובה געטוהן, און געקענט נאך אמאהל האבען שייכות מיט אירע קינדער. יבולע המות לנצח ומחה וכו'.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
איחוד פעלד האט געשריבן: יבולע המות לנצח ומחה בלא בלא בלא.
אויך מיר א גלויביגער..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:24 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן: יבולע המות לנצח ומחה בלא בלא בלא.
אויך מיר א גלויביגער..
א שאד. כ'אב געמיינט אז די ריקודין וועלען דיר שוין מעורר זיין למוטב.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:27 pm
דורך Starbucks
[tag]לעיקוואד[/tag] כל הכבוד, אין בין מקנה דיינע אייזענע נערוון מיט וואס דו טענהסט זיך דא אויף זאכן וואס זענען ברור כשמש פאר יעדן וואס זיין מוח איז נישט פארדרייט בק״ן דריידלעך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:30 pm
דורך עסקן בדברים
חזקיהו המלך האט געשריבן: מנשה, מיט דיינע קאמענטארען טוסטע באשמוצען סקווירא נאכמער ווי די וואס שרייבען קעגען סקווירא,
חחחחח.... מיט אזאלכע חסידים ווער דארף נאך מתנגדים .....
דאס האט גארנישט מיט סקווירא. דאס איז מנשה'ס פערזענדליכע אישוס מיט די וואס באשמיצן איהם. אפשר איז טאקע דא איינער דא וואס קען אויסארבטן א שלום?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:47 pm
דורך יאיר
מנשה, אפשר הערסטו אויף מיט דיינע גרויליגע קללות?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:54 pm
דורך John Doe
outspoken האט געשריבן:מנהל ביטע אויסמעקען, סיבה. פערזענליכע אטאקע אויף א חבר פון קאווע שטיבעל
איך בין נישט איינשטומיג. מנשה איז א פאבליק פיגור, מען פארקויפט זיינע ווידיאס און בוך אין די געשעפטן, ער לייגט זיך שטענדיג ארויף אויף יו טוב, און דא שרייבט ער מיט זיין אייגענעם נאמען, ממילא מעגן מיר עם קריטיקירן פונקט ווי עני פאבליק פיגור.
יעצט, זיין היפאקרעסי איז נוגע צום שמועס דא און איבעראל וואו ער צולאזט זיך שארף קעגן אזוי גערופענע ״באם׳ס, שקצים״ וכו׳. זיין מיינונג איז טאוטאל אפגעפרעגט. ווי נאריש מיינט ער מיר זענען? מנשה, האלט זיך דאס מויל, אדער בעסער, גיי כאפ א טענצל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:54 pm
דורך יכול להיות
יאך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?? פארוואס דארף יעדע זאך ביי אונז היימישע יודן צוגיין מיט דאמינעטן יעדן צי זיין מיינונג פונקטליך וויאזוי מען האט איהם אויפגעצויגן? און אויב קומט איינער וואס רופט זיך לעיקוואד און וויל אויסשמועסן זיין בארעכטיגטע מיינונג און ווייטאג געבויעט אהן קיין הנחות קדומות ווערט אראפגעריסן און פארלירט אלע זיינע געלונגענקייטן און טיפע ברייטע הבנה וואס איז ניכר פון זיינע תגובןת דא און אין כמה וכמה מקומות???
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב קיינעם נישט פיינט, איך האב פיינט איינער וואס איז קיינער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:04 pm
דורך עסקן בדברים
איך אויך, א גרויסע פען פון דיינע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:19 pm
דורך נולד מאוחר
סוואלט געווען א שיינע זאך אינטערנעמען לעולי נשמתה ציטיילען משנוית צווישען די שטיבעל. איך נעם ברכות און שבת.
כבין זיכער יעדער וועט געפינען געוויסע משנה וואס ער וויל לערנען מאנכע בן סורר ומורה אנדערע עיר הנידחת אנדערע כל ישראל יש להם חלק
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:22 pm
דורך John Doe
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פונקט ווי זי וואלט געוואלט איך זאל שפירן. אפגעזען צו זי האט עס געטון מדעת צו שלא בדעת. אפגעזען צו ס'האט מיר געטאטשט צו נישט, אז מ'געבט דארף מען זיין גרייט צו כאפן, איך ווייס די כלל, און איך געב מיט דעם חשבון. יא!
איך הער, באט די פרומע לאוזונגען ״אירע עלטערן דארפן זיך שעמען״ אד״ג זענען אביסל טו מאטש און נאובאדי בייז איט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
[quote "]
איך הער, באט די פרומע לאוזונגען ״אירע עלטערן דארפן זיך שעמען״ אד״ג זענען אביסל טו מאטש און נאובאדי בייז איט.[/quote]
איך פארקויף עס נישט, איך טייל עס בחינם.
מאנכע ניצן דא רחמנות אלץ נקמה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:31 pm
דורך בן תמליון
נולד מאוחר האט געשריבן:סוואלט געווען א שיינע זאך אינטערנעמען לעולי נשמתה ציטיילען משנוית צווישען די שטיבעל. איך נעם ברכות און שבת.
כבין זיכער יעדער וועט געפינען געוויסע משנה וואס ער וויל לערנען מאנכע בן סורר ומורה אנדערע עיר הנידחת אנדערע כל ישראל יש להם חלק
איך נעם האשה שהלכה יבמות פרק ט"ו לע"נ דבורה ע"ה. ערנסט וועל איך יעצט דורכלערנען דעם שווערן פרק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:24 pm
דורך קינות גירושין
כהאלט אז לערנען משניות לנשמתה איז א געוואלדיגע תועלת, א נייע אשכול?
אגב ווי איז בדחן ? כבענק זיך שוין נאך עם?