בלאט 3 פון 6

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 10:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט איינער אמאל פארשטאנען וואס זיי ווילען פון ברסלב? ט'איז אלס געבויט אויף א מעשה מיט א שוחט ערגעץ אונטער די הרי החושך?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:05 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'האט איינער אמאל פארשטאנען וואס זיי ווילען פון ברסלב? ט'איז אלס געבויט אויף א מעשה מיט א שוחט ערגעץ אונטער די הרי החושך?

די זעלבע זאך וואס די ווילסט פון ברסלב...

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב גארנישט קעגען ברסלב וואס איז נישט פונקט אזוי גילטיג אויף סקווער.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:38 am
דורך אהבת ישראל
בן אדם האט געשריבן:אה. סקווירא בתפארתה!
ער שרייט שקר וכזב אינדערצייט וואס ס'איז נישט קיין סוד אז גאנץ סקווירא האט זיךהיינט צוטאגס אויפגעבויט אויף הוילע שקרים וכזבים, שקר אין לו רגליים. ווי טרעפט מען היינט אייניקלעך פון א רבי זאלן טון פונקט פארקערט פונעם זיידן'ס דרך?


מיט דעם האט איר נאך נישט מוכיח געווען דעם שקר וואס איר האט געשריבען אז ער איז אמאל געווען אין אומאן !!! אדרבה ברענגט איין הוכחה !!! המוציא מחבירו עליו הראיה !!! איך וועל ארויס לאזען א נאמען אז בן אדם איז געווען אויף א פלאץ וואס עס איז נישט לפי כבוד אבותיו דארף איך ברענגען קלארע ראיות . נישט נאר שרייבען דער בן אדם איז א באקאנטער שקרן אזויווי זיינע סקווירא קאלעגערס גענוג קלאר ?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:42 am
דורך diff
נאר ברסלב מעגן האבן מעשיות?י

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו צו פארען קיין אומאן? ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן, און פאר זיי ווי זיי זענען איז בעסער מ'רעדט נישט און מ'פיהרט זיך נישט מיט מחלוקת.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:59 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 12:57 pm
דורך אהבת ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו צו פארען קיין אומאן? ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן, און פאר זיי ווי זיי זענען איז בעסער מ'רעדט נישט און מ'פיהרט זיך נישט מיט מחלוקת.



ניין עס איז נישט לכבוד אבותיו ... אפשר וואלט געווען ריכטיג אז אלע סאטמערער אייניקלעך זאלען פארען קיין בעלזא ירושלים אויף ראש השנה ??? ער באלאנגט נישט דארט אין פארטיג ..א סקווירא אייניקעל דארף נישט גיין אויסשטעכען די אויגען פאר טוזנטער סקיוורא חסידים וואס זענען דערגעגען . פאר זיי וועלכע סיבה ...אגב רוב רעבישע קינדער וואס פארען אהין טוהען דאס להכעיס זייערע עלטערען .אין מבזה איינע פין די עשרת הדברות " כבד את אביך ואת אמך " ויצא שכרו בהפסידו ....איך פארשטיי אז די ברעסלעבער מיט זייערע מילתא דשטותא תירוצים וועלן אויפברענגען פילע סברות כרסיות מיט הבלים אז מען מעג יא .אבער צים פינטעל סאיז ווערטלאז זייער מיינונג

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואוו, און דאס איז [tag]אהבת ישראל[/tag].
יא, אז אן אייניקעל פונ'ם ברך משה וויל גייען קיין בעלזא אום ר"ה, זאל דער נידריגע מחלוקת נישט זיין וואס האלט איהם צוריק. דער גלויבונג אז אן אייניקעל מוז אנהאלטען זיין זיידע'ס זינד (פארשטייט זיך, נאר טאמער דער זיידע האט א צונאמען פון עפעס א שטאט אין בעסאראביע צו ווייס איך ווי) איז אזוי קעגען דער שכל, אזש מ'קען עס נאר תולה זיין אויף נגיעות.
און דאס אליינס אז 'טויזענטע סקווערער חסידים' האבען זיך דערקלערט בעלעבאס אויפ'ן קערפער פונ'ם אומשולדיגער אייניקעל פון רעבע איז אליינס א פארברעך. גונב איש ומכרו... אין דמים לבן חורין. ער באלאנגט צו קיינעם, און ער טוט וואס ס'שמעקט איהם. טאמער ס'איז נישט קיין איסור, האט קיינער נישט וואס אריינצוזאגען, און כאדם העושה בתוך שלו איז ער נישט שולדיג אז זיי האבען מחליט געווען אז זיין פאראכץ איז זייער געשעפט.
כיבוד אב ואם פאדערט אויך נישט צו זינדיגען מיט'ן טאטע אדער זיידע, און וואס ער טוט פאר זיין וואוילזיין דארף ער זיי נישט הארכען, כמבואר בשו"עץ
און דאס גופא וואס דו ווייסט פארוואס רוב רעביש'ע אייניקלאך וואס פאהרען קיין אומן איז דאס פאר די סבה. יא יא, מ'דרוקט איהם, מ'טרעט אויף איהם מיט זיין יחוס טאג און נאכט. ער מוז ארויסקריכען דערפון. ווערט ער גאר די שלעכטער פאר'ן טוהן אזא שריט ווי פאהרען קיין אומאן?! ס'קאסט קיינער גארנישט, ער טוט קיינעם ניט וויי, ער זוכט זיך א לייכטער ארט צו קענען לעבען.

איך גיי נישט קיין אומאן, איך זעי נישט קיין שום ערנסטע סבה פארוואס צו גייען. אבער רודפ'ן דער וואס גייט איז סתם שלעכט'ס.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 1:50 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פאריז האט געשריבן:סקווער לעומת אנדערע חסידות


דו ביזסט גערעכט מיט דעם אז אנדערע חסידות'ר פראווען אויך רשעות אבער סקווער האט גענומען רשעות צו א נייע LEVEL.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:14 pm
דורך יחיאל יעקבזון
ס׳גאנצע מעשה מיטן האבן אן אייגענעם שטעטל אפגעזודערט פון סיוויליזאציע איז פרי יצירתם פון נארישע קליינקעפיגע אידלעך. מאז חרבה עירנו איז נאך נישט געוועהן אזא דערהער אז מ׳מוז וואוינען אפגעזונדערט און דאווענען נאר אין ביסמעדריש פונעם אז״ג רבי. ר׳ יעקב יוסף איז געוועהן א נארישע און שטארק איינגערעדטע מענש מיט א דארפס מענטאליטעט. כ״ק הויואל משה האט עם גוט גוט ארויסגעהאט און געוואוסט סארא אויבערפלעכליכע פארשוין דער איז געוועהן. דער היינטיגע איז גראדע יא עטוואס קלוג אבער ״חכמים הם להרע״. כ׳ווארט אויף א ווידערשטאנד; ס׳גייט קומען ווייל די יונגווארג איז שטארק אנגעגעסן און איז נישט סובל דאס וואס דער עלטערע דור האט בלית ברירה משלים געוועהן דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 4:30 pm
דורך אהבת ישראל
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ס׳גאנצע מעשה מיטן האבן אן אייגענעם שטעטל אפגעזודערט פון סיוויליזאציע איז פרי יצירתם פון נארישע קליינקעפיגע אידלעך. מאז חרבה עירנו איז נאך נישט געוועהן אזא דערהער אז מ׳מוז וואוינען אפגעזונדערט און דאווענען נאר אין ביסמעדריש פונעם אז״ג רבי. ר׳ יעקב יוסף איז געוועהן א נארישע און שטארק איינגערעדטע מענש מיט א דארפס מענטאליטעט. כ״ק הויואל משה האט עם גוט גוט ארויסגעהאט און געוואוסט סארא אויבערפלעכליכע פארשוין דער איז געוועהן. דער היינטיגע איז גראדע יא עטוואס קלוג אבער ״חכמים הם להרע״. כ׳ווארט אויף א ווידערשטאנד; ס׳גייט קומען ווייל די יונגווארג איז שטארק אנגעגעסן און איז נישט סובל דאס וואס דער עלטערע דור האט בלית ברירה משלים געוועהן דערמיט.


רח"ל עפרא לפומך !!! א בושה אין א חרפה אזוילכע מיסע ווערטער צי שרייבן אויף צדיק וקדוש וואס דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט געשריבן צי אים א קוויטעל אין זיך אינטערגעשריבען אויף די בריווען צי אים אהרן בן רוחמה
אין לייגסט נאך אריין רביה"ק זי"ע אויך אין פעקעל ??? כאילו ער האט אויך פארשטאנען מיט וועמען ער האט דא ציטהון ..שעים אנ יוא
פיינט האבען די היינטיגע סקיוורא הנהגה מיינט נאך נישט אז מען מעג פוער זיין פיו קעגען קדושי עליון מעגסט נעמען א מנין אין אראפ גיין אויף זיין ציון לבקשת מחילה כמבואר בשו"ע הלכות יום הכיפורים שפילסט דיך מיט פייער
האסט אים מבזה געווען אין א פורום וואס טויזנטער יודישע קינדער ליינען אגב איך בין א סאטמערער חסיד

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:19 pm
דורך chaims
קענסט זיך רעגן און שרייען אבער ווי באוויסט פלעגט סאטמער רב איהם כסדר טשעפענען און חוזק מאכן פון איהם

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]chaims[/tag]

א. באוויסט ביי וועם?

[ב. נו, אויב אזוי איז עס נישט די ערשטע פון וועם ער האט געלאכט, איך קען א איד וואס איס געווען אן אלטן בחור, וואס האט עולה געווען אלטץ חתן ביים סאטמערער רב, און ביים ליינען דעם פסוק: ויהוא עשו בן ארבעים.. האט ער זיך צולאכט, און דער אלטן חתן האט געפלאקערט פאר...]

ג. און אז ער לאכט, מיינט נאך נישט אז א צווייטער מעג אויך,

ד. עס איז פשוט נישט אמת, סאטמארער רב האט איהם שטארק מעריץ געווען (פון די איינציגסטע אדמורי"ם וואס ער האט מעריץ געווען) ווי זיי פלעגן זיך טרעפן שעות אויף שעות --פאר סאטמארער רב'ס דרשה אנטקעגן בעלזער רב-- און אפילו דערנאך וואס סאטמארער רב האט געהאלטן אז ער איז אן אגודיסט (וואס, מען האט איהם געקענט פארקויפן ליגענט?..נעע,) האבן זיי זיך נאך אלטץ באזוכט תמידין כסדרן. און זיין רעבעצין איז געקומען מיט א קוויטעל (געשריבן דורך ר' יוסל אשכנזי) צי איהם פאר קינדער,

סא, רעדן שטותים קענסטו ערגעץ אנדערש.

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:31 pm
דורך chaims
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[tag]chaims[/tag]

א. באוויסט ביי וועם?

[ב. נו, אויב אזוי איז עס נישט די ערשטע פון וועם ער האט געלאכט, איך קען א איד וואס איס געווען אן אלטן בחור, וואס האט עולה געווען אלטץ חתן ביים סאטמערער רב, און ביים ליינען דעם פסוק: ויהוא עשו בן ארבעים.. האט ער זיך צולאכט, און דער אלטן חתן האט געפלאקערט פאר...]

ג. און אז ער לאכט, מיינט נאך נישט אז א צווייטער מעג אויך,

ד. עס איז פשוט נישט אמת, סאטמארער רב האט איהם שטארק מעריץ געווען (פון די איינציגסטע אדמורי"ם וואס ער האט מעריץ געווען) ווי זיי פלעגן זיך טרעפן שעות אויף שעות --פאר סאטמארער רב'ס דרשה אנטקעגן בעלזער רב-- און אפילו דערנאך וואס סאטמארער רב האט געהאלטן אז ער איז אן אגודיסט (וואס, מען האט איהם געקענט פארקויפן ליגענט?..נעע,) האבן זיי זיך נאך אלטץ באזוכט תמידין כסדרן. און זיין רעבעצין איז געקומען מיט א קוויטעל (געשריבן דורך ר' יוסל אשכנזי) צי איהם פאר קינדער,

סא, רעדן שטותים קענסטו ערגעץ אנדערש.


א- באוואוסט ביי ווער עס ווייסט
ב-ריכטיג
ג- אהבת ישראל האט זיך אזוי צופייערט און לייגט צו אז ער איז א סאטמער חסיד האב איך נאר מעיר געווען בשם זיין רבי
ד-קען איך נישט ענטפערען ווייל עס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אולי טעיתי

I can't believe I just said that...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:17 am
דורך דולה ומשקה
געוואהר געווארען אז אויסער רבי חיים קניעבסקי וואס קען גאנץ ש"ס איז אויך דא עטליכע יונגעלייט [בעלי סיני ובעלי עוקר הרים] וואס קענען אויך גאנץ ש"ס. - לכאורה א פאקט וואס מ'טרעפט נישט אין קיין שום אנדערע חסידות.

אלע אנדערע ווען זיי הייבען אן ש"ס מסכת ברכות ב' ע"א, ווערען שוין 'למדים - היות זיי האבען א 'רצון"...

טוה מיר א טובה!

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 1:53 pm
דורך געוואלדיג
.

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
!Wow פון יעדן שורה קען מען מאכן א ספר

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 2:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
You can't make this stuff up

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2016 5:15 pm
דורך ליפא
ר' הלל וויינבערגער וואלט געהאט דארט וואס צו זאגן א גאנץ ווינטער

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:12 am
דורך ציבעלע-קיגל
פאריז האט געשריבן:סקווער לעומת אנדערע חסידות


דער קעפל זאגט אלעס, סקווער (איז נישט נאר) לעומת אנדערע חסידות נאר לעומת אידישקייט

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:42 pm
דורך דולה ומשקה
ווען מ'וואלט נאר זוכה געווען צו... זעהן די ריזיגע שיירא פון 34 באסעס...

(דריקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:48 pm
דורך דולה ומשקה
אשרנו מה טוב חלקנו אז מיר האבן זוכה געווען צו דער מעמד הרקידה במשך 10 מינוט בהאטס גע'פועל'ט אלס גוטס...