קינדער, נישט זיך קריגען, איר פארקריכט פונעם נושא.
(פאר מ'קריכט צוריק נאר איין הערה'לע, קול גדול, ביז פאר הונדערט צוואנציג יאר ווען דו זאגסט ווען פאר סייענטיסט אז אן אטאם איז נישט די קלענסטע יסוד און אז ער אליין איז געמאכט פון נאך קלענערע באשטאנדטיילען וואלט ער זיך אויסגעלאכט פון דיר, אבער אפילו די סטענדאד מאדעל איז דעפענעטיוו? זיי זענען אויך געמאכט פון סטרינגס פון סטרינג טעאריע וואס זענען סך הכל א פלענק גרויס)
יעצט צוריק צום פראבלעם מיט חז"ל מיט מציאות, אויף
ספרים בלאג שרייבט איינער ר' אליעזר בראדט (ווייסט איינער ווער דאס איז? ער שרייבט דאך גוט)
א שמועס אויף הרב דוד ניטו און די אידישע רעאקציע צו קופערניקוס (אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זין און נישט פארקערט). הרב ניטו איז געווען א גרויסע קעגנער צום נייע שיטה מכח פסוקים ווי שמש בגבעון דום, ווי אויך ברענגט ער ר' יונתן אייבשיץ אין יערות דבש "ועבור זה נתטפשו הרבה מתוכנ' קופרניקוס וסעייתו באמרם שהארץ מסבב אבל שקר נחלו והאמת עד לעצמו כי הארץ לעולם עומדת... " פון די אנדערע זייט ברענגט ער פונעם יעב"ץ וואס האלט יא ווי קקופערניקוס.
וויל איך ברענגען א שטיקל רמב"ם אין מורה וואס ער ברענגט צום סוף:
לא תבקש ממני שיסכים כל מה שזכרוהו מענין התכונה למה שהענין נמצא, כי החכמות הלמודיות היו בזמנים ההם חסרות, ולא דברו בהם על דרך קבלה מן הנביאים, אבל מאשר הם חכמי הדורות בענינים ההם, או מאשר שמעום מחכמי הדורות ההם, ולא מפני זה אומר בדברים שאמצא להם שהם מסכימים לאמת שהם בלתי אמתיות או נפלו במקרה, אבל כל מה שאפשר לפרש דברי האדם עד שיסכים למציאות אשר התבאר מציאותו במופת, הוא יותר ראוי באדם המעולה המודה על האמת לעשותו (מורה נבוכים, חלק ג סוף פרק יד).
און מי לנו גדול מהרמב"ם צו זאגן אז איינער וואס זאגט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען אין סייענטיפישע זאכן הייסט נישט קיין כופר?
ווייטער לגבי הלכה געדענק איך שטיין ערגעץ, כ'געדענק נישט ווי אז די הלכות האבן חז"ל געהאט בקבלה, למשל אז מ'מעג הארגענען א כינה בשבת, די סיבה אז אינם פרים ורבים האבן זיי אליינס צוגעלייגט לויט די יעניגע צייט'ס ידיעה, און אויב די טעם פאלט אוועק פאלט נישט פארדעם די הלכה אוועק.