בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:39 pm
דורך זר זהב
moti107 האט געשריבן:און וואס וואלסטו געהאט אויב דו וואלסט ווען נישט געשריבן דיין תגובה?

וואלסטו געהאט איין לייק ווייניגער... (דערווייל)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל האט געשריבן:ביי די ראדיקאלע נטורי קרתא גייט היינט זיין א סעודה מקיים צו זיין דעם פסוק באבוד רשעים רנה

די סעודה וועט זיין אין א ביהמ"ד אויף יוז סט.

אוי דארפן זיי דאקטורים

זאלן זיי פרעסן און זויפן מי שעורים עד שיבקע כריסם. :lol: :roll: :oops:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
berlbalaguleh האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ביי די ראדיקאלע נטורי קרתא גייט היינט זיין א סעודה מקיים צו זיין דעם פסוק באבוד רשעים רנה

די סעודה וועט זיין אין א ביהמ"ד אויף יוז סט.

אוי דארפן זיי דאקטורים

זאלן זיי פרעסן און זויפן מי רגלים עד שיבקע כריסם. :lol: :roll: :oops:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
אוי ביסטו גוט היימישער/ליטוואק. האסט אוודאי געהערט די מעשה מיט'ן ליטוואק וואס האט איין טאג מחליט געווען אז ער גייצעך שמד'ן, ר"ל. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם פאר נייגעריגקייט ווען ר'איז געגאנגען צום גלח'ס הויז אפצושמועסן די פרטים פון די שמד צערעמאניע. אריינקומענדיג, זאגט די גלח'טע אז איהר מאן איז פונקט נישט אינדערהיים, אבער ער וועט באלד קומען. זי האט זיי אריינגעפיהרט אין ליווינג רום. ווארטנדיג, נעמט דער בעל דבר ארויס א קליין גמרא'לע פון זיין בוזעם טאש און וויל זיך נעמען לערנען. רופט זיך זיין חבר אן צו איהם. "דו ביסט חסר דיעה?" דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא. ענטפערט ער צוריק "ביטול-טעירעה."..... :lol: 8-)

יש לתרץ....

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:06 am
דורך קרני צבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אוי ביסטו גוט היימישער/ליטוואק. האסט אוודאי געהערט די מעשה מיט'ן ליטוואק וואס האט איין טאג מחליט געווען אז ער גייצעך שמד'ן, ר"ל. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם פאר נייגעריגקייט ווען ר'איז געגאנגען צום גלח'ס הויז אפצושמועסן די פרטים פון די שמד צערעמאניע. אריינקומענדיג, זאגט די גלח'טע אז איהר מאן איז פונקט נישט אינדערהיים, אבער ער וועט באלד קומען. זי האט זיי אריינגעפיהרט אין ליווינג רום. ווארטנדיג, נעמט דער בעל דבר ארויס א קליין גמרא'לע פון זיין בוזעם טאש און וויל זיך נעמען לערנען. רופט זיך זיין חבר אן צו איהם. "דו ביסט חסר דיעה?" דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא. ענטפערט ער צוריק "ביטול-טעירעה."..... :lol: 8-)


די מעשה איז נישט ממש, ווייל א גלח טאר נישט חתונה האבן, אלא אם כן נאמר די תירוץ אויף דעם אז יתרו האט חתונה געהאט אז קודם מתן תורה בא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:20 am
דורך berlbalaguleh
ר' קרני צבי. ראשית כל. שלום עליכם. קיין אינוועסטמענט ביזנעס וואלט איך מיט דיר נישט געמאכט. יעצט. לענינינו. אויף דיין קשיא (וויאזוי קען א גלח חתונה האבן?( איז דא עטליכע תירוצים. ראשית כל. א פראוואסלוונער גלח (גריעק ארטהאדאקס) מעיג יא. ס'איז דא אפילו איינער א בארימטער נייעס פערזעינליכקייט וואס זיין טאטע איז א גלח. ס'דא נאך תירוצים. נאר דער בעסטער תירוץ איז אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א זאגט אייביג. "עטץ ווילטס פרעיגן קשיות אדער הערן א מעשה"?! :lol: :roll: :oops: