שרייבער האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:א שוויצער האט געשריבן:האדמו''ר מ'עירמאונט עם ה'נפטר
דאס מיינט איש על העדה!
זיצט נישט פארמאכט און פארקוועטשט
ער זיצט נישט נאר מיט בעלי פעלצן, און דיסקוטירט וועגען רויטע אדער ווייסע טרויבען, ווי אזוי דער טאטע האט זיך געפירט מיט די אלע קרעפ
ער טרעפט זיך מיט יעדעם איינעם, און פראבירט מיט יעדע זאך צו דינען דעם באשעפער, טוען דעם רצון איז ביי אים געווען די עיקר, נישט קיין חילוק צו איז דער מענטש סאטמארער רב אדער ליפא, מיט א רב האט ער גערעדט וואס איז נוגע צו א רב און צו דער ליפא האט ער גערעדט וואס מען קען קונה זיין דורך ליפא
איך בין מוחה אויף דעם נישט כבוד'דיגע טיטול "דער נפטר", מ'רעדט דא פון א גדול, לכו"ע
העלא דו ליבאוויטשער, נפטר בלייבט נפטר, זינט ווען איז דא א נישט בכבוד'יגע טיטל?
און יעצט בנוגע דיין אויסברוך איבער די בעלי הפעלצן, איך קען גענוג און נאך רביס וואס זיצן מיט אזעלכע ליפא'ס ובדומיהן, די חסידים האבן נאר שכל נישט ארויסצוגעבן די בילדער, משא"כ די ספרדים וכו' וכו' וכו'
זאגטץ נאר שנעלללל... אוואו געפינט זיך דער "דיס-לייק" באטט'ן