בלאט 3 פון 21

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:40 pm
דורך משה רוקח
אךשמח האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

האסט געליינט מיין פריערדיגע תגובה?


יא.
איך וויל ענדערש גיין מיט ענדרויד. מיין שאלה איז נאר געוועהן אויב ס'וועט זיין מיט ספרינט. ספרינט אליינס זאגט אז זיי קענען נישט קאמענטן וועגן פיוטשער פאונס ביי זיי.

Re: ענדרויד

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:59 am
דורך זכר באנדל
מומחה האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

עצה: שרייבן אן נקודות, נישטא עפעס אנדערש


אנדערע בראוזער, למשל, אפרא מיני שטעלט עס יא אויס גוט.

Re: ענדרויד

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:04 pm
דורך משה רוקח
נישט געוואוסט דערפון. יישר כח. איך וועל עס אויספראבירן.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:32 pm
דורך אךשמח

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:03 pm
דורך אךשמח
איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 2:40 am
דורך טעלעפאן
אךשמח האט געשריבן:איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...


איך האב שוין געזעהן אלע לעצטיגע אנדרוידס פון סעמסאנג און מאטאראלע און htc. ווען דער אנדרויד וועט ארבעטן אזוי smooth ווי עפל, וויצב״ש די סקראלינג ועוד ועוד, וועל מיר ווייטער רעדן...

צו האבן מער אפציעס איז א שטער, עכ״פ פאר מיר פערזענליך. אבער אויב יא האבן מער אפציעס, א דזשעילברעיקד איי-פאון ארבעט אסאך בעסער ווי די בעסטע אנדרויד

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 2:45 am
דורך טעלעפאן
אין א זייטיגן נאטיץ.. ״אויב״ דאס געלונגט זיי וועט עס איינפאקן אלעס. איך גלייב אבער שווער אז זיי וועלן עס מאכן

en.m.wikipedia.org/wiki/BlackBerry_10

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:16 pm
דורך משה רוקח
Looks like you didn't see my galaxy s3.it works like a baby! Smoother then the iphone.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:46 pm
דורך אךשמח
אפשר האב איך נישט געוואוסט וואס צו באטראכטן ווען מען גוטער ידיד - פון די חשובע שרייבער אין קאווע שטיבל - האט מיר געוויזן זיין נייעם געלעקסי 3, אבער עפעס האב איך מיר פארהאנקערט און נישט געווארן צוגעצויגן דערצו, בעיקר נאכדעם וואס מיר ביידע האבן גענומען בילדער און דער אייפאון האט אויסגעזען קלארער, שארפער און מער אמת'דיג ווי דעם געלעקסי.

דאס מיינט נישט אז דער אייפאון איז מיין אויסוואל פון סמארטפאונס. לגמרי נישט. אבער אויפן מינוט, האב איך נישט געזען אינעם געלעקסי עפעס מער ווי וואס איך האב געזען אויף מיין אלטן איווא טרי די.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:50 pm
דורך אךשמח
טעלעפאן האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...


איך האב שוין געזעהן אלע לעצטיגע אנדרוידס פון סעמסאנג און מאטאראלע און htc. ווען דער אנדרויד וועט ארבעטן אזוי smooth ווי עפל, וויצב״ש די סקראלינג ועוד ועוד, וועל מיר ווייטער רעדן...

צו האבן מער אפציעס איז א שטער, עכ״פ פאר מיר פערזענליך. אבער אויב יא האבן מער אפציעס, א דזשעילברעיקד איי-פאון ארבעט אסאך בעסער ווי די בעסטע אנדרויד

די געלעקסי 2 ארבעט נאך אזוי געשמירט ווי דעם אייפאון. מיט אן א שיעור מער מעלות ווי אים.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:02 pm
דורך a1b2
איך הער אז אין 3 חדשים קומט ארויס אייפון 5 עס גייט האבן א זאך איך גדענק נישט די נאמען אז עס גייט ארויסקומען צ'ב'ש' א גרויסע קיבארט פין דעם אין די ליפט

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 3:49 pm
דורך ידען
a1b2 האט געשריבן:איך הער אז אין 3 חדשים קומט ארויס אייפון 5 עס גייט האבן א זאך איך גדענק נישט די נאמען אז עס גייט ארויסקומען צ'ב'ש' א גרויסע קיבארט פין דעם אין די ליפט

וואס ליפט?

דו ביסט יעצט אין די ליפט?

עפעס אזוי?

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 7:56 pm
דורך געפילטע פיש
ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.

נשלח: מוצ"ש יולי 14, 2012 10:59 pm
דורך ידען
A1b2 חלוםט נאך ארום הייסט עס.

Re: ענדרויד

נשלח: מוצ"ש יולי 14, 2012 11:33 pm
דורך איחוד פעלד
ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:17 am
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.


קוקט טאקע אויס ער רעדט פון יענעם קאנסעפט ווידיאו, די 'לופט' וואס ער רעדט הייסט 'האלאגראם' אן אלטער ערפינדונג וואס ווערט שוין גענוצט אבער עס איז נאך נישט אזוי שטארק דעוועלאפט אז יענער חלום זאל צושטאנד קומען אזוי שנעל.

אגב, ס'איז שוין היינט טאקע דא צו קויפן אזעלכע ווייערלעס קיעבאורד'ס וואס שיינען אין די לופט ענליך צו יענעם קאנסעפט, אבער עס שיינט דורך לעיזער, און פארבינדט זיך מיט בלוטוט.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:51 am
דורך לאדיך אפ
DotCom האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.


קוקט טאקע אויס ער רעדט פון יענעם קאנסעפט ווידיאו, די 'לופט' וואס ער רעדט הייסט 'האלאגראם' אן אלטער ערפינדונג וואס ווערט שוין גענוצט אבער עס איז נאך נישט אזוי שטארק דעוועלאפט אז יענער חלום זאל צושטאנד קומען אזוי שנעל.

אגב, ס'איז שוין היינט טאקע דא צו קויפן אזעלכע [url=ווייערלעס קיעבאורד'ס וואס שיינען אין די לופט[/url] ענליך צו יענעם קאנסעפט, אבער עס שיינט דורך לעיזער, און פארבינדט זיך מיט בלוטוט.

שוין דערמאנט געווארן דא: הhttp://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=204&p=1833&hilit=%D7%A7%D7%99%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%93#p1833

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:58 am
דורך cash
I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:28 am
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

ניט אלע אנדרויד פאן'ס קען מען ארויסנעמען די בעטערי.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:07 am
דורך לאדיך אפ
cash האט געשריבן:I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:13 am
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:ניט אלע אנדרויד פאן'ס קען מען ארויסנעמען די בעטערי.

היא הדבר אשר דיברנו, אין ענדרויד איז דא אויסוואל, דייווערסעטי, אז איינער זוכט א געוויסע פיעטשור ברויך ער נישט ווארטן ביז די עפל באהערדע וועט אפמאכן דאס צו געבן, נאר יעדע מענופעקטורער קען צולייגן וואס זיי ווילן און איינער וואס זוכט קען זיך אויסקלויבן וואס עם געפעלט.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:25 am
דורך טעלעפאן
איחוד פעלד האט געשריבן:ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


It just works. דאס איז עס.

ווען איך טוה שנעל עטליכע זאכן אויף מיין איי-פאון, ווערט אלעס געפאלגט, די טאטש איז פונקטליך ווי א זייגער, ווען איך סקראל אדער זום גייט עס ממש ווי איך וויל, משא״כ ביי אלע אנדרוידס וואס איך האב פרובירט האבן זייער פיינע מעלות, אבער עס פעהלט דער ״פיינעל טאטש״. און פארדעם בין איך גרייט צו פארגעבן widgets וכדו׳

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 10:09 am
דורך ידען
מיין ווייב האט א iphone און איך שרייב אפי׳ מיט עס אסאך מאל אין קאווע שטיבל און סע זייער א גוטע סעלפאן און איך טראכט יעצט צו קויפן אויך פאר מיר, אפשר וועל איך ווארטן אויף די נייע אדער וועל איך נעמען א ענדרויד (אזוי וועלעך זיך קענען שלאגן מיט מיין ווייב וועגן נאך עפעס ;) )

איך ווארט צו זעהן דא וואס וועט בלייבן.

א iphone איז טאקע גוט אבער אויב א android איז בעסער, וועלעך נעמען ענדרויד.

וואס מיינט widgets?