בלאט 3 פון 6
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:36 pm
דורך גרוש
באגאבא אויב א דיין זאל דיר קומען זאגן אז דיין ווייב קין ע"פ נישט גיין אין .... נאר אויב דו לייגסט אראפ 5 אלפים,
אדער אויב אלץ בחור זאל דיר ש שדכן בעטן 10 אלפים וואלסטו ווען נישט געגעבןץ
וואס איז וויכטיגער געלט אדער א ווייב און קינדער?
די גמרא זאגט "כל אדם שאין לו אשה אינו אדם,
די גמרא זאגט נישט כל אדם וואס האט נישט קיין געלט אוועק צולייגן אינו אדם,
קלוגער ווי די תורה קנען מיר נישט זיין,
די תורה זאגט:
לא טוב היות אדם לבדו
טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו וכו'
אין חכם כבעל הנסיון
דו האסט נאך נישט אויספרובירט,
איך האב עס אויספרובירט, עס איז בדוק ומנוסה,
ס'איז ביטער
עס איז נישט ווערט כל חללי דעלמא
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
די גמרא זאגט אויך עניות מעבירין את האדם מדעת קונו , די גמרא זאגט עס נישט אויף איינער וואס איז סינגעל. קען מען נישט זיין קלוגער פון די גמרא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:54 am
דורך הבא ללמד
גריש איך גיי נישט שטעלינג בפרט אז ב"ה איך האב נאך נישט געשפירט דיין ווייטאג און דער אייבישטער זאל דיר א וודאי העלפען בקרוב, אבער אזוי פיל קען איך דיר זאגען איך האב שוין געהאט אסאך ווייטאגען און מיין לעהבען אבער דע ווייטאג פין נישט וויסען ווי אזוי מען גייט דעקען דע נעקסטען טאג, צי ווען בעלי חובות לויפן נאך און ווייסט נישט ווי צי אנטלויפען, איז געווען מיין שווערסטע ווייטאג
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:40 am
דורך שמעקעדיג
ס'איז נישך שייך צו קאמפערן ווייטאגן רבותי, יעדער איינער האט זיך זיין פעקל, און פאר יעדן טוט וויי דאס מערסטע דאס וואס וואס טוט אים טאקע וויי. דער איד אין תפיסה וועט זאגן אז זיין פעקל איז די שווערסטע, און דער איד אין שפיטאל וועט טענה'ן אז ער האט א זכות קדימה, דער ארעמאן שרייעט חי וקיים אז עני חשוב כמת ומעבירו על דעת קונו, און דער וועלכער מוטשעט זיך מיט צער גידול בנים -- ברוחניות צי בגשמיות -- זאגט אז גארנישט קומט נישט צו צו דעם צער, אויב האט מען נחת האט מען אלעס. א גרוש/עלטערער בחור וועט זאגן אז לעבן אליינס איז ביטער, און חתונה געהאטע מיט שווערע שלום בית זאגן אז דאס איז נאך ביטערער ווי א גאל און וואלטן זיך געוואונטשן צו קענען גט'ן אן קיינע נאכפאלגן און פיער פרעשור.
ווי נעמט מען דעם מעסטער? מיר קענען נישט מעסטן קיין צער. ס'איז נישט קלוג צו פארגלייכן. אונז האבן דא א ידיד וואס בעהט אונזערע תפלות און חיזוק, נישט קיין עצות און אפרעדענישן, לאמיר אים געבן וואס מיר קענען, און נישט אוועקמאכן זיינע אדער אנדערע'ס שוועריגקייטן. ויה"ר אז אלע אידן זאלן שוין בקרוב ווערן אויפגעראכטן בכל משאלות לבם לטובה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:48 am
דורך הבא ללמד
הרב שמעקער איר זענט 100% גערעכט, איך האב מיר פשוט נישט גיט אויסגעדריקט
א וודאי אז וועט מיר געבען דע אויסוואל פין ח"ו א נישט געזינט קינד און שפיטאל צי נישט האבען קיין געלט, צי נישט צי קענען דעקען מיין לעקטער ביל, א וודאי וואלט איך מיר אויסגעקלויבט דע צווייטע
וואס איך האב געמיינט ציזאגען אז ביי אנדערע צרה קען זיך כאטש א מענטש ארום נעמען מיט אמונה בטחון ער קען נעמען דיעם תהלים'ל זיין מח איז מיט אים, ביי דע פראבליעם פין געלט ווערט דע גאנצע מח פארטעמט מען איז נישט קיין מענטש מען איז גארנישט, מען ווייסט נישט וואס ציטיען דע נעקסטע מיניט, מען עסט נישט, מען שלאפט נישט ,מען דאווענט נישט, מען לערנט נישט, מען איז גארנישט ממש
נישט אימזיסט זאגען חז"ל עניות מעביר על דעתו ועל דעת קונו
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:38 pm
דורך גרוש
and its erev shabbos again
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אין דעם אשכול ווייל איך ווייס דיר נישט ווי אזוי צו געבן חיזוק, איך בין נישט און דיין מצב. אזוי סאך קען איך דיר נאר זאגן, 2 זאכן, בוי א קשר מיט אנדערע אין דיין זעלבע מצב, דיין לעבן וועט זיין אסאך גרינגער, און רעדט צום אייבירשטען.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:09 pm
דורך קאוועניק
אחים בדרך גייט מאכען א אווענט זונטוג נאכט דר. חיים האלברשטאם גייט רעדן אין בורו פארק
און אויך א מעדזשער חנוכה פארטי דאנערשטיג זאת חנוכה
For free, come and enjoy!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:46 pm
דורך חולם
נאך א שבת מיט א ווייב וואס נודזשט, אוי איך וויל זיין צוריק א בחור אדער א גרוש.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:50 pm
דורך טיטאניק
חולם האט געשריבן:נאך א שבת מיט א ווייב וואס נודזשט, אוי איך וויל זיין צוריק א בחור אדער א גרוש.
ווער זאגט אז די עצה איז א גרוש אדער א בחור?
אולי גיין פאר help?
ב"ה מיר האבען א ים פון גיטע שלום בית מאכער, אולי קען מען עס איבערדרייען פון א נודזש צי א זיסע געשמאקע באליבטע?
פראביר, פאלג מיר
האב א חיים טובים ומתוקים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:57 pm
דורך חולם
ווילסט הערן א מעשה אדער מתווכח זיין?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:04 pm
דורך טיטאניק
חולם האט געשריבן:ווילסט הערן א מעשה אדער מתווכח זיין?
ביידע, א שיינע מעשה, און א געשמאקע וויכוח, און איך גיי נאך ארויס אלץ א דער געווינער, וואס קען זיין בעסער?
אז די ווילסט הערען אייצעס, שרייב מיר אין אישי, כ'האב אסאך געטין אין די נושא מיט אסאך אסאך הצלחה, אדער קען איך דיר שיקען צי א מומחה
איין זאך, אסאך יונגעלייט זענען געווען אין א מצב פון וועלען זען א גט, און אמאל מיט דער ריכטיגער שלום בית מאכער, זענען זיי געווארען אזא זיסע לאוולי קאפעל אז יעדע ערב שבת קענען זיי קוים ווארטען צי האבען נאך א געמשאקע שבת מיט די זיסע ווייבעלע, אזוי ווי מען זינגט ביי אזמר בשבחין אות י'....... דעביד ניחא לה...........
הבן עם הבת לאל ירצו כמנחה על מחבת
א גיט שבת
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:06 pm
דורך חולם
גיט שבת אבער וואס איז אישי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:12 pm
דורך טיטאניק
חולם האט געשריבן:גיט שבת אבער וואס איז אישי
"אישי" איז א סיסטעם ווי מען קען שרייבען "פריוואטע" בריוולעך איין ניק צים צווייטען,
געב א קליק אויף די קנעפל "פריוואט" (אישי בלע"ז) וועסטי קענען שרייבען בריווען וואס קיינער וועט נישט זעען
ווען די באקימסט א בריוו וועסטי עס זען ביי די קעפל ווי עס שטייט (... נייע הודעות)
די מעלה איז אז נישט יעדער זעט וואס די פרעגסט און וואס איך ענפער
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:15 pm
דורך חולם
דאנק. אומגלויבליך פאר איך טו עס וויל זיכער מאכן אז זיך צו שרייבן פריוואט איז אומזיסט אדער איז דא א טשארדש? איך האב נישט געליינט די קליינע פרינט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:52 pm
דורך גרוש
ס'איז אומזיסט,
אז דו ווילסט קענסטו מיר אויך קאנטאקטן איך קען דיר העלפן בעצה וכודומה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:56 pm
דורך טיטאניק
גרוש האט געשריבן:ס'איז אומזיסט,
אז דו ווילסט קענסטו מיר אויך קאנטאקטן איך קען דיר העלפן בעצה וכודומה
צדיק, איך האב ב"ה פיין פרנסה, איך טי דאס נישט פאר פרנסה, איך טי דאס פאר מיין "האבי", מיין האבי איז צינעמען א נישט פרייליכער און עם מאכען פרייליך, מיין גרעסטער האבי אין די וועלט
כ'מיין עס זייער ערנסט
יעצט דארעך געליינט די גאנצע אשכול און איך האב געוויינט ממש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 4:07 pm
דורך טיטאניק
אזוי ליין איך נישט אלע אשכולות, נאר וואס זעט מיר אויס נוגע צי מיינע אגענדעס, און בטעות בין איך דא אריין
די מצב פון א שווערע לעבן איז שווער אין יעדע שווערע מינוט, דער אייבישטער זאל קיינעם נישט פריווען,
סיי דער גרוש, מען קען וויינען ביים ליינען די תגובות, און אודה ולא אבוש איך האב געלאזט טרערען,
סיי דער אימגליקליכער חתונה געהאטער, וואס האט נישט קיין שלום בית, טיט אויך זייער זייער וויי
און ווי איינער האט אריינגעווארפען וועגען אנדערע צרות, שלא נשמע,
ברידער טייערע, זייט אייך מחזק, דער טאטע אינזערע איז אייביג דא, אין יעדע שווערע און ביטערע מיניט, ער הערט ער איז מיט דיר, ביסט נישט אליינס!
נאר עס איז שווער? דאגה בלב איש ישחנה, די בעסעטע זאך, און בזכות איין ברידער וועלכע וועט העלפען א צווייטער וועט מען אנקימען צי א ישועה גדולה יעדער פאר זיך, מיט וואס ער דארף נאר
טייערע ברידער האטס א גיט שבת, זייטס פריילעך, זייט אייך מחזק
מען זאגט נאך פון דער צדיק דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, נישט די גאנצע מעת לעת איז "נאכט" די טאג קימט אן! איינמאל איז די נאכט לענגער אין איינמאל די נאכט קערצער, אבער טאג קימט צי גיין,
זאל ענק אלע זיין לעכטיג און נאר לעכטיג
זייסט געזינט, מיין הארץ איז מיט ענק, איך טראכט פון ענק
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:48 am
דורך נאר,,פרייליך
פאראן
דא אסאך התחזקות פאר די וואס ברויכען עס
לעצטענס האב איך א שיעור מיט איינער במצב האיומה,
אוי! רבש''ע די מצב איז דאך ביטערער ווי ביטער אז איר טרעפט אהן אזא איינעם אין ביהמ''ד וכדומה ביטע נעמט אראפ א האלבע שעה לפחות זייט אים מחזק און געט אים די קוראזש אנצוגיין אז דער באשעפער וועט אים זיכער העלפן מיט א ישועה בקרוב
......
בקשהדי אלע וואס מאכען דעם עולם זייער צובראכען צוליב זייערע שווערע מצבים הן גרושים והן די וואס קומען זיך נישט דארעך אין שטוב
ביטע!! ווען עטס ווערט געהאלפען ביטע מודיע זיין, ווייל די ציבור וואס פייניגט מיט אין ליידען זאל זיך אויך מיטפרייען מיט פריידען
נאר,,פרייליך
רק,,בשמחה
just,,happy
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:39 pm
דורך גרוש
אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם
וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 6:38 pm
דורך גאנצל
גרוש האט געשריבן:אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם
וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,
מ'זאגט אז שבט ר"ת ש'מועות ב'שורות ט'ובות
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:33 pm
דורך טיטאניק
גאנצל האט געשריבן:גרוש האט געשריבן:אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם
וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,
מ'זאגט אז שבט ר"ת ש'מועות ב'שורות ט'ובות
פון דיין פעדער צי גאטס אויערען
און צים שדכנס מאאד
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 7:25 am
דורך קאוועניק
2 ניקס פון דא זענען לעצטענס געהאלפען געווארען