בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:50 pm
דורך יידל
דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז
דא דאס אויך.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:18 am
דורך עמוס
הוגה האט געשריבן:[justify][tag]עמוס[/tag], ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן.
.[/justify]
איך האב נישט געזאגט אז די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען בשו"א, איך האב נאר געזאגט אז דער סדר העולם איז אז וואס מער מען איז אויסגעשטעלט צו סייענס, אלס גרעסער זענען די שאנסן צו פארלירן די אמונה. דעם סך הכל מאכט אליין. אבער אז מ'רעדט שוין, איז אייער ראיה גאנץ שוואך, נעמליך, איך קען אויך פיינע ערליכע אידן וואס זענען פעדאפילן, איז דאס א ראיה אז אידישקייט און פעדאפיליע קענען גיין צוזאמען?
די שאלה איז אויב עס איז נישט יצא שכרה בהפסדה, די פאקט אז מען נוצט נאך די גדרים. דינען נאך די גדרים זייער purpose, אדער האבן זיי פארלוירען זייער אפעקט און מיר זענען נאר געבליבן מיט די פיין?
בהחלט אז די גדרים ארבעטן אויף קעסל און כלים. והא ראיה, גיבט א קוק וויפיל חסידים ווייסן בכלל אז עס זענען פארהאן קשיות אויף אידישקייט. דאס איז דאך די מטרה פון דעם חרדי'שן סיסטעם, מען זאל זיין אזוי פארמאכט און איינגעגעסן אין זיך, אז מען זאל אפילו נישט האבן די מעגליכקייטן צו שטעלן ספיקות איבער רעליגיע.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:24 am
דורך עמוס
דעת תורה האט געשריבן:עמוס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
און וויפיל חרדים קענט איר וואס וועלן מודה זיין צו די באהויפטונגען?
2 זאגט דאך דער הייליגער קאמארנער, ווער עס טוט אביסל אין די נושאים ווייסט. עס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל ווייל רוב עולם טוט נישט דערין. 3) איז נישטא קיין איין חרדי וואס איך קען וואס איז מחולק, אפשר איז די צוגאנג א טראפ אנדערש אז חז"ל האבן גערעדט פון א רוחניות'דיגע מציאות, אבער דאס איז קלאר אז בימיהם אמז נישט געווען קיין עלעקטעריק. (עגעין, אפשר האלט ער אז חז"ל האבן יא געקענט, אבער די סייענטיסטן בימיהם זיכער נישט).
1) והוא העיקר, טרעף מיר א מנין חסידים מן השורה וואס זענען גרייט צו אנערקענען אז גיל העולם איז "אפן פאר דעבאטע" כדבריך ,2) און אז דער הייליגע יעב"ץ זאגט אז זוהר איז ווארשיינליך נתחבר געווארן בסוף תקופת הגאונים מיינט שוין אז מען קען עס אויסקלאפן אין בית המדרש? 3) טרעף מיר אויך א מנין וואס וועט אנערקענען אז טייל פון די נגלות חז"ל שטימען נישט מיט'ן מציאות. (אגב איז אייער תיאוריה אז די חז"ל האבן בכונה פארדרייט די מציאות אין די נגלות, און די נסתרות (אגדת רבב"ח?) שטימען יא מיט'ן מציאות, במחילת כבודכם, גאר מאדנע, און איז נישט צופיל בעסער ווי סתם זאגן אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט).
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:33 am
דורך דעת תורה
איך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער. (מיין פוינט איז אוודאי נישט געווען אז אין די אגדתות שטייט עס מפורש, נאר אז דארט איז עס מעגליך מרומז. בכלל, איז נישט קיין ספק אז עס איז געווען פון די חכמים וואס האבן יא געקענט אלע סודות הבריאה, יוב"ע און ר' יוחנן בן זכאי וואס די גמרא דערמאנט דארטן, אבער עס מאכט אויך סענס אז נגלות קען מען נישט פסק'ענען לויט עפעס א באהאלטענע ידיעה וואס מען האט מקבל געווען, נגלות גייט צו לויט וואס מען ווייסט אויף די וועלט).
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:38 am
דורך עמוס
דעת תורה האט געשריבן:איך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער.
און וואס טוט זיך מיט אין אדם מוריש שקר לבנו?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:45 am
דורך דעת תורה
יידל האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז
דא דאס אויך.
אייז קוארס ווייס איך נישט וואס עס איז, און למעשה האב איך געסערטשט אמאל דעם ענין און די מערסטע רינגען וואס מען האט אמאל געטראפן אין א בוים איז ארום פיר און א האלבן טויזנט, די עלף טויזנט וואס זיי רעדן איז נישט א שטאם פון א בוים מיט עלף טויזנט רינגען נאר א שאצונג, אין דעם וויקי פעיזש איז גראדע משמע אנדערש און איך האב נישט געקענט דארט ארויסקריכן פונקטליך.
נאר גראדע זעה איך אז זיי שרייבן אז די בוים רינגען איז אויך נישט קיין קראנטע מעטאד, ווייל אין שווערע וועטערס קען עס צובאקומען אפאר רינגען א יאר, איז דאך עס שוין נישט מער מציאה - אפילו מען זאל יא טרעפן - ווי עני אנדערע זאכן וואס פוינטן אין די ריכטונג, ווי די סטאון עיזש זאכן וכדו'.
איז דא למעשה א זאך וואס איז א הונדערט פראצענטיגע בירור אויף די נושא? (כמובן דאס אז מען טרעפט נישט קיין עלטערע איז נאכנישט קיין ראיה אז די וועלט איז יונגער, אבער אז מען טרעפט א זאך וואס איז בהכרח עלטער בלי ספק, איז דאך דאס א ראיה מוכרחת). זענען אייז קאורס מער קראנט?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:49 am
דורך דעת תורה
עמוס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:איך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער.
און וואס טוט זיך מיט אין אדם מוריש שקר לבנו?
קאנטעקסט, ביטע.
איך האב גערעדט וואס מען ענטפערט אויב דאס קינד עקשנ'ט זיך אז אין חדר האט מען אים געלערנט אנדערש. די נקודה קומט גראדע ענדערש אין הוגה'ס אנדערע אשכול איבער וואס מען זאגט פאר די קינדער.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:00 am
דורך יאיר
דעת תורה, למעשה רעדסטו איין פאר דיין קינד עפעס אין וואס דו אליין גלייבסט נישט, און ער וועט מעגליך אויך אויסגעפינען אז ס'איז נישט אמת, אויב ער איז קלוג (סוף כל סוף איז ער דיינס א קינד...), איך זע נישט וואס דו טוסט אויף מיט'ן גיין פון איין שקר צו א צווייטן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:12 am
דורך דעת תורה
כאמור, עס איז דא פילע משמעות'ער פון חז"ל - הגם מען קען אייביג דרייען לכאן או לכאן - אז געוויסע פון די חכמים האבן משיג געווען די גאנצע חכמת הטבע והבריאה, און למעשה אבער האבן די חכמים נישט געטוישט וועגן דעם קיין הלכות אדער הסברים. סאו עס איז מיר גאנץ קלאר אז אמווייניגסטנס אין טייל פעלער איז דאס זיכער אמת, אז זיי האבן געזאגט דעם טעם און הסבר לויט וואס דער דור האט געוואוסט, נישט וואס זיי האבן משיג געווען. וואס גייט מיר אן צו זאגן אז אזוי איז געווען מיט אלע חכמים? איך מיין אז די ראשונים זענען די ערשטע ארויסצוקומען אפן און זאגן אז זיי "ווייסן נישט" די סודות. דאס איז למען האמת.
אבער מיין עיקר פוינט איז געווען, אז אויב לערן איך אויס מיין קינד אז ווען עס שטייט אין די גמרא אז די זון גייט אריין ביינאכט העכערן הימל, איז דאס דער אמת, און ער וואקסט אויף און זעהט אז נישט, איז דאס א בולט'ע סתירה. אבער ווען איך זאג אים אז חז"ל האבן געוויסט באהאלטענערהייט, נאר עס נישט מגלה געווען, קען ער מיר נישט אפווענדן בשום אופן. די פוינט איז דאך, לאו דוקא צו עקספאוזן די קינדער צו אלע אמת'ן וואס מען איז אליין צוגעקומען, אויס חשש אז עס וועט זיי נאר פארטומלען, נאר זיכער מאכן אז אויב קומען זיי אליין אן צו די זאכן זאלן זיי נישט פילן אז מען האט זיי געפרעדיגט שקרים.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:21 am
דורך יאיר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:27 am
דורך הוגה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:45 am
דורך יאיר
למשל מיין לייק אויף דיין לעצטע תגובה איז נאר געווען אויף די סמייליס,
נישט געפערליך, מיין לייק איז געוען אויף די לעצטע דריי פון דיינע פינף פינטלעך.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:32 am
דורך הוגה
עמוס האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[tag]עמוס[/tag], ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן.
איך האב נישט געזאגט אז די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען בשו"א, איך האב נאר געזאגט אז דער סדר העולם איז אז וואס מער מען איז אויסגעשטעלט צו סייענס, אלס גרעסער זענען די שאנסן צו פארלירן די אמונה. דעם סך הכל מאכט אליין. אבער אז מ'רעדט שוין, איז אייער ראיה גאנץ שוואך, נעמליך, איך קען אויך פיינע ערליכע אידן וואס זענען פעדאפילן, איז דאס א ראיה אז אידישקייט און פעדאפיליע קענען גיין צוזאמען?
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין צוגלייך פון פאדאפילן צו סייענטיסטן, אבער לא משנה, ביזט למעשה גערעכט אז רוב סייענטיסטן זענען נישט קיין מאמינים.
מענין לענין, איך האב פונקט דער רגע געזעהן איינער האט געפאוסט אויף די אינטערנעט אן
אינטערעסאנטע קורצע אינטערוויו מיט א פרומע סייענטיסט און א פרייע פיליזאף איבער דער נושא. ביידע זאגן פונקט ווי איך האב געזאגט, אז תורה און סייענס מוזן זיך נישט סותר זיין. ער זאגט נאך בשם די רמב"ם ([tag]לעיקוואד[/tag], א מקור ביטע) אז מען דארף צופאסן די תורה צו שטימען מיט די וויסנשאפט וואס ווערט באקאנט מיט די צייט. ער נוצט אן אינטערעסאנטע (עקסטרעמע) אויסדרוק, "
חז"ל מצאו פרשנות ש'שן תחת שן', זה לא דווקא שן תחת שן, אז אפשר למצוא ש'ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד' זה לא 24 שעות, משום שלא הייתה שמש. כל מי שמודאג יכול להשתמש בזה, כדי למצוא את הפירושים שנוחים לו".
אלבערט איינשטיין זאגט:
"Science without religion is lame, religion without science is blind."
דאס איז אינגאנצן שלא מן הענין דא, איך האב עס נאר אראפגעברענגט היות מען האט צוגערירט די נקודה.
.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:03 pm
דורך אויסדריקלעך
הוגה, א לינק צו יענע אינטערוויו פליז.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:16 pm
דורך הוגה
אויסדריקלעך האט געשריבן:הוגה, א לינק צו יענע אינטערוויו פליז.
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב צוגעלייגט די לינק צו פריערדיגע תגובה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:24 pm
דורך אויסדריקלעך
עקסעלענט! ממש דאס וואס מיר רעדן דא. דארט איז דא נאך אפאר גוטע קוואטס, כדאי מאוד צו אויסטשעקן. שכח הוגה!
לשיטתו של הפילוסוף פרופ' יוסף אגסי, עצם העלאת השאלה האם המדע סותר את קיומו של האל, היא מגוחכת. "כשם שיהודי מדען יכול לפרש את כתבי הקודש, כך מדען שהוא פונדמנטליסט, שמקבל את כתבי הקודש ככתבם, יכול לפרש את המדע. יש פה סימטריה"
"יש הרבה מאוד אנשים שהמילים דרווין ואבולוציה מוקצות מחמס מיאוס עבורם – אני חושב שאלה אנשים שטומנים את ראשם בחול"
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:55 pm
דורך יאיר
הרב - אהבתי מאוד לפרש ספר בראשית כפשוטו, אבל מה אעשה ודרווין אוסר את זה עלי.
הפילוסוף - דרווין לא אוסר עליך שום דבר.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:44 pm
דורך זאל_זיין
הוגה האט געשריבן:מענין לענין, איך האב פונקט דער רגע געזעהן איינער האט געפאוסט אויף די אינטערנעט אן
אינטערעסאנטע קורצע אינטערוויו מיט א פרומע סייענטיסט און א פרייע פיליזאף איבער דער נושא. ביידע זאגן פונקט ווי איך האב געזאגט, אז תורה און סייענס מוזן זיך נישט סותר זיין. ער זאגט נאך בשם די רמב"ם ([tag]לעיקוואד[/tag], א מקור ביטע) אז מען דארף צופאסן די תורה צו שטימען מיט די וויסנשאפט וואס ווערט באקאנט מיט די צייט. ער נוצט אן אינטערעסאנטע (עקסטרעמע) אויסדרוק, "
חז"ל מצאו פרשנות ש'שן תחת שן', זה לא דווקא שן תחת שן, אז אפשר למצוא ש'ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד' זה לא 24 שעות, משום שלא הייתה שמש. כל מי שמודאג יכול להשתמש בזה, כדי למצוא את הפירושים שנוחים לו".
אלבערט איינשטיין זאגט:
"Science without religion is lame, religion without science is blind."
דאס איז אינגאנצן שלא מן הענין דא, איך האב עס נאר אראפגעברענגט היות מען האט צוגערירט די נקודה.
.
רשי זאגט אז ויהי יום מיינט 24 שעות
און די זון איז ווי א זייגער סמאכט נישט צייט סווייזט עס נאר
פלאס די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארען דעם ערשטען טאג נאר איז "באפעסטיגט" געווארען איטש אן היס טאג (פלעינע חז"לס)
די מינע "פרומע" פראפעסערס שעמען זיך מיט די פאנדעמענטעליסט סטיגמע, זענען זיי מטהר שרץ
וואטעווער די וועסט וועלען אריין לערנען אין די תורה דארף קומען פון א תורהדיגע מקור
אינסטעט די חברה האבען גוישע איידיעס אין קאפ און טרייען עס אריינלייגן אין די תורה
קלעסיק מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:02 pm
דורך דעת תורה
וואס איז וויכטיגער, די תורה זאל שטימען מיטן מציאות, אדער למען ה' די פשט אין די תורה זאל שטיין ערגעץ אין א ספר שוין, לכתחילה עלטער ווי דריי הונדערט יאר?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:04 pm
דורך יאיר
דער עיקר איז די מציאות זאל שטימען מיט די תורה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:18 pm
דורך נהורא נפישא
[tag]הוגה[/tag]
לשון הרמב"ם ז"ל: ודעתנו עלה מעיקרא היא, שכל דברי החוזים בכוכבים שקר הם אצל כל בעלי מדע. ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מחכמי האמת רבותינו ע"ה בתלמוד ובמשנה ובמדרשות, שדבריהם מראים שבעת תולדות של אדם גרמו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם, שאין דרך שנניח הלכה למעשה ונהדר אפירכי ואשינויי. וכן אין ראוי לאדם להניח דברים של דעת שכבר נתאמתו הראיות בהן, וינער כפיו מהן ויתלה בדברי יחיד מן החכמים ע"ה, שאפשר שנתעלם ממנו דבר באותה שעה, או שיש באותם הדברים רמז, או אמרם לפי שעה ומעשה שהיה. הלא תראו שהרי כמה פסוקים מן התורה אינן כפשוטן. ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם עניין שהדעת סובלת אותו. ולעולם אל ישליך אדם דעתו אחריו כי העיניים הם לפנים לא לאחור. וכבר הגדתי לכם את לבי בדברי.
http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/mekorot/igeret-2.htmעיי"ש ותמצא נחת.
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 10:42 pm
דורך מי אני
דא שרייבט הרב דר. אהרן הערש פריעד באריכות איבער דאס שאדן פון האלטן די קינדער אזוי פארמאכט און שעלטערד. ער ברענגט ארויס אסאך פון די פונקטן וואס [tag]הוגה[/tag] האט ערווענט איבער דאס שאדן וואס דאס קען גורם זיין פאר די אמונה פון די קינדער בימינו.