בלאט 3 פון 8
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:52 pm
דורך געפילטע פיש
כתר מלכות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.
סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:54 pm
דורך שושן פורים
לויט ווי עס הייסט יעצט גייט א דזשאדזש מחליט זיין 3 אזייגער אויב מזאל מאכן א ריקאונט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 2:56 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
הער אויס מיט אן אביעקטיווען בליק, איז דא עפעס דערין אז א פרוי זאל נישט לויפן, למעשה האט זי געהאט שטיצעפון אנהייב פון "אלע" רבנים.
נאכדעם האבן זיך די סאטמארע רבנים אויפגעוןועקט אז ס'איז א פראבלעם, ווי זענט איהר געוועהן פריער, נאר וואס אפילו לשיטתם איז די זאך נישט געוועהן געפערליך... איז ממילא גייט פאקט אייך שלאפן ביז נאך די וואלן...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
אויב איר קליידער זענען גענוג לאנג אז זיי הייבן זיך נישט אויף בשעת'ן לויפן, וואס איז די פראבלעם?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:25 pm
דורך אדם הראשון
פאר די ניו יארקע ניק'ס איז גוט צי וויסען אז אין אוטרעמאנט איז עס גאר א אנדערע סארט פאליטיק, ס'איז שווער עס צי ציגלייכען צי די ניו יארקע פאליטיק,
קודם א קאנדידאט צי קענען זיין ערפאלגרייך אין אוטרעמאנט דארף ער/זי אויך מאכען א קשר מיט די פראנצויזישע באפעלקערונג, זיי ערקלערען וואס ער פלאנט צי טאהן אין פארוואס די אנדערע קאנדידאט איז נישט גוט אין זייען סתם אן האס וכו', אזוי ווי מינדי פאללאק האט טאקע געטהון, זי איז געגאנגען פין טיר צי טיר, אין האט טאקע באקומען אסאך שטיצע פין די אלגעמיינע באפעלקערונג, וואס האבען טאקע געהאלטען אז זי טוט גוט,
פאר א יונגערמאן דאס צי טאהן איז זייער א קאמפליצירטע זאך, קודם פשוט מען דארף קענען א גוטע פרענטש, אין צווייטענס איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטען אז א חסידישע יונגערמאן זאל זיך גיין ספראווען מיט שיקסעס, ממילא לכאורה פין יודישקייט שטאנדפונקט איז א פרוי אסאך בעסער,
איר פראבלעם לכאורה איז אז זי איז נישט פין די "עסקנים קלאב" אין ווי עס זעהט אויס פלאנט זי נישט צי טאנצען פינקליך לויט זייער ניגון, נו אויב אזוי איז עס אביזרייהו דגילוי עריות, אין טאמער מען פרעגט פארוואס איז עס דאך א מהרהר אחרי רבו,
למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז אלע געווינער'ס פין די בארא קאנסיל זענען פרויען, ממילא איז עס א געהעריגע ווייבער שול,
איז לויט דעם קומט אויס אזוי:
טאמער די סאטמאר'ע קאנדידאט וואלט געווינען אין א היימישע יונגערמאן וואלט געזיצען בכפיפה אחת מיט 5 שיקסעס (צי וויפעל ס'איז), דאן איז עס די לויטערע דעת תורה ......
אבער אזוי ווי מינדי פאללאק האט געווינען, אין ס'גייען זיצען דארט נאר פרויען, (חוץ אויב ס'וועט זיין א ריקאונט אין פאדזשעט גייט פארלירען דאן וועט אויך זיין איין מאן), דאן איז עס אביזרייהו דגילוי עריות...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:08 pm
דורך יונה כהן
אלס מונטריאל'ער געבוירענער בין איך מער פון אביסל אינטערעסירט מיט וואס עס פאסירט דארט.
איך קען נישט די פרוי פערזענליך, אבער איך קען איר פאטער און ברודערס זיי זענען א פיינע חסיד"שע וויזניצע משפחה. עס איז נישט דער ערשטער מאהל וואס פרומע אידען שטימען פאר א פרומע פרוי. דא אין ניו יארק איז געווען יארן לאנג די פרוי סוזען אלטער אן ארטודאקסישער ערוועלטער פרוי. ולא היה פוצה פה על זה. ומאידך גיסא קען איך זאגען אז די סאטמאר'ערע קהילה און מונטריאל [ובעיקר כהיום אנשים שתחת הררז"ל] זענען געווארן גאר א סאך מער ראדיקאל און עקסטרעם ווי סאטמאר איז געווען אין די פריריגע יארן ווען הגה"צ ר' שמעי' שווארץ והגה"צ הדזיבויער דיין זצ"ל זענען געווען די מנהיגים פון ק"ק סאטמאר.
הג"ר ממ"ט שליט"א איז באוואוסט אלס א קיצוני עד מאד, ער איז א ת"ח און האט א גרויסער עולם אוהדים. אבער נאך אין די צייטען פון רבינו יואל איז ער געווען באקאנט אלס א קנאי וועמען די רעבעצין האט גע'רודף'ט. עס קען זיין אז עס איז א פראבלעם מיט בחירת פאר אן אשה [הרמב"ם אוסר שררה בכל מנוי שהוא...געבען די האנט וכו'... און פארוואס איז דאס נישט א פראבלעם מיט א מאן? עמער נישט רעדען וד"ל] אבער ווער עס ווייסט די צרות יגון ואנחה וואס דער עולם ליידט דארט פון די שכנים, ווייסט אז עס איז קיינמאל נישט א שאלה וואס האט א גרינגע ענטפער. און טאקע אנדערע רבנים קוקען מיט אן אנדערער בליק.
דער פאקט איז אז פרוי פאללאק [און אפשר טאקע ווייל פאר גוים איז שווער און נישט פאסיג צו זיין אגרעסיוו אנטקעגען א פרוי] האט נשיאת חן ביי די שכנים און אין די מידיע, און אפשר נאר צוליב איר איידעלע באנעמונג מיט די שכנים בתוכם שונאי ישראל האבען זיי איינגענומען א שטימעניש און די שכנים האבען זיך צו געכאפט צו איר שלום פלאן ווי צו א מציאה, וואס וועט ברענגען פארשטענדעניש צווישען גוים און אידען. ווייל יעדער נארמאלער גוי האט פיינט זיך כסדר ארום צו רייסען מיט די אידישע שכנים.
איך האף אז די עסקנים וועלן איינרוען א ביסל, ווייל באמת אויפען געביט פון שלום מיט שכנים איז דער מצב נאר ארגער געווארן און די לעצטערע יארן און ס'איז ביי מיר א ספק אז די עסקנים [וכל אחד בשמו יבורך] האבען די כלים צו האנדלען ווי אזוי צו פארמינערען די שנאה. עס קען זיין אז עס קומט זיי קרעדיט פאר אנדערע זאכען וואס זיי טוהן כשאר עוסקים בצורכי ציבור בכל העולם. אבער דא ביי דער פאל קומט מיר פאר אז פאללאק האט א ספעציעלע כח און חן בעיני אלוקים ואנשים, אויף צו טוהן לטובת אחינו בני ישראל נאר טאקע דערפאר ווייל זי איז א פרוי. והמקום יהי' בעוזרה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:46 pm
דורך kitov
שושן פורים האט געשריבן:לויט ווי עס הייסט יעצט גייט א דזשאדזש מחליט זיין 3 אזייגער אויב מזאל מאכן א ריקאונט
So what did the judge decide
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 7:11 pm
דורך אדם הראשון
כ'הער זאגען אז "פראזשעי מאנטריאל, בעט אז מען זאל איבערקוקען די 46 געפסל'טע שטימען,
אין כדי צי אוטוריזירען א ריקאונט אויף דעם דארף מען האבען א ריכטער פין דעם "קוויבעק סאפרים קאורט" אין אזא געשעפט נעמט שוין א פאר טעג,
עכ"פ ס'וועט נאך מסתם נעמען א פאר טעג ביז מען וועט וויסען ענדגילטיג ווער ס'איז די געווינער פאר בארא קאנסילער אינעם דיסטריקט פין Joseph-Beaubien,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 7:16 pm
דורך ידען
כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 7:29 pm
דורך אדם הראשון
ידען האט געשריבן:כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.
שווער צי גלייבען,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:04 pm
דורך berlbalaguleh
אדם הראשון האט געשריבן:ידען האט געשריבן:כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.
שווער צי גלייבען,
ניין. נישט שווער צו גלייבן. ווער ס'קען זיי....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:23 pm
דורך מאן דאמר
יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 9:17 pm
דורך אדם הראשון
מאן דאמר האט געשריבן:יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"
וואס גייט פאר מיט דעם הרב טירנויער,
חז"ל זאגען המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא,
איז דען נישט א שאד פאר הרב טירנויער צי פארלירען די עולם הבא ?!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 9:40 pm
דורך אדם הראשון
יעצט מיט איינעם אויפען טלפון, באשטעטיגט אז די מעשה איז אמת,
יענער זאגט אז ער האט אים "איידעלערהייט" ארויסגעשיקט,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 10:52 pm
דורך מאן דאמר
זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:01 pm
דורך כתר מלכות
אדם הראשון האט געשריבן:מאן דאמר האט געשריבן:יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"
וואס גייט פאר מיט דעם הרב טירנויער,
חז"ל זאגען המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא,
איז דען נישט א שאד פאר הרב טירנויער צי פארלירען די עולם הבא ?!
טאקע א נערישקייט פון זיין זייט, א שאד ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אדם הראשון (פארן חטא? ) .
אגב, חזל זאגען המבזה תלמיד חכם אין תרופה למכתו, בעסער זארג דיך אויף דעם, ווי איידער אויף זיין עולם הבא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:04 pm
דורך כתר מלכות
מאן דאמר האט געשריבן:זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו
פיר אויס, נישט זיין אזוי נאאיוו, נאר גלייבן א יעדע מאן דאמר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:05 pm
דורך אדם הראשון
פריער געוען א שייגעץ ארויס אין סאטמאר,
ווען איינע פין חברים איז אריין דארט אין די בחורים האבען געמאכט א שייגעץ ארויס צערעמאניע,
ס'קומט נאך א מעשה ווען חברים האט פאר די וואלען קעיר גענומען ווען סאטמארע בחורים האבען אנגעספרעיט די קאמפיין פאוסטער'ס וואס הענגען אין די גאסען,
חברים איז געקומען מיט די פאליציי אין קעיר גענומען פין די בחורים, זיי געסטראשעט מיט ארעסט, אין אוועק גענומען די ספרעי פעינט,
אלס ענפער איז יעצט געקומען די שייגעץ ארויס צערעמאניע,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:07 pm
דורך אדם הראשון
כתר מלכות האט געשריבן:
טאקע א נערישקייט פון זיין זייט, א שאד ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אדם הראשון (פארן חטא? ) .
אגב, חזל זאגען המבזה תלמיד חכם אין תרופה למכתו, בעסער זארג דיך אויף דעם, ווי איידער אויף זיין עולם הבא.
איך האב מבזה געווען ? איך האב געזאגט א מאמר חז"ל,
ס'שטייט אין ערגעץ נישט א תלמידי חכמים מעגען טוהן קעגען תורת משה,
אין אפילו פאר א טאטע מעג מען זאגען אבא כך כתוב בתורה,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:09 pm
דורך כתר מלכות
געפילטע פיש האט געשריבן:כתר מלכות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.
סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.
זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:10 pm
דורך אדם הראשון
כתר מלכות האט געשריבן:מאן דאמר האט געשריבן:זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו
פיר אויס, נישט זיין אזוי נאאיוו, נאר גלייבן א יעדע מאן דהוא.
זאג, די לייקענסט די מעשה ?! גאנץ מאנטריאל איז אויף דערמיט !
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:14 pm
דורך כתר מלכות
איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:18 pm
דורך אדם הראשון
כתר מלכות האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כתר מלכות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.
סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.
זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.
זיכער, אין זיי מעגען אויך פארברענען ילד שעשועים'ס, אין מסר'ן אויף אידען, אין גיין בערכאות אין זיצען דארט יארען, אין אריינלייגען עפעל סיידער אנשטאט וויין, אין רודפן די אלטע רביצין, אין שיסען פענסטער'ס אין שניידען רעדער, אין ... אין ... אין....,
דאנט געט מי ראנג, איך בין נישט אנטי סאטמאר, איך לערען גראדען די ספרים פין דעם דברי יואל זי"ע, אין כ'האב ליב די ערליכע סאטמארע, לאפוקי די משוגעים אין די רשעים וואס ניצען די נאמען סאטמאר אין באשמיצען עס, וד"ל