בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 4:22 pm
דורך פרייוויליג
שבת אחים האט געשריבן:וואס זענען זיינע מעלות? כהאב לעצטענס געהאט מיט אים א לאנגע ויכוח וועגן גאט און היינטיגע אידישקייט פארנט פון מעהר ווי צוואנציג מענטשען, ער האט אויף מעהר ווי פופציג שאלות נישט געקענט ענטפערן אויף ״אף אחד״. ער האט גענומען מיין טעלפאן נומבער און געזאגט אז ער גייט מיך רופן א יעדען טאג פאר דרייסיג טעג און רעדן מיט מיר צום אייבערשטען פאר איין מינוט, סאיז שוין אריבער 12 טעג קיין שום פאון קאול נישט, אין פראנט פון מענטשען האט אים אזוי געפאסט צי זאגן, אבער ער זיכט נישט קיין קאסטומערס אזויווי מיר וואס זענען אויפגעקלערט, ער זוכט די טונא בייגלעך און איך בין ווי געזאגט א וועטשעטערין... :lol:

משטיינס געזאגט דו ביסט אריין דא אין א ויכוח מיט א מייסטער ריז וואס כל רז לא אניס ליה, און דער ברצלונה האט גאר באזיגט דעם רמב"ם.. ראשית כל, מוטה פראנק איז נישט פון די סארט מענטשן צו פירן ויכוחים מיט. ער איז פונקט גוט פאר די מענטשן וואס לויפן אים נאך. ער איז נישט קיין מיסיאנער, און מסתם האט ער נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן ווען ער האט דיך באגעגנט. והשנית, עס קען גאר זיין אז ער האט דיך דייקא יא באזיגט, נאר היות ער האט געזען אז מען האנדלט דא מיט א הארטע ניס, האט ער דיך געזאגט קיש אין טא*** רוף מיך מארגן נאכן קוגל. ווילאנג איך הער נישט דעם ויכוח איז כלא היה.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
רעדן צום באשעפער איז טיפיקעל ברעסלעב (ווער ווייסט, אפשר וואלט עס געהאלפן) ;)

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:42 am
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואס זענען זיינע מעלות? כהאב לעצטענס געהאט מיט אים א לאנגע ויכוח וועגן גאט און היינטיגע אידישקייט פארנט פון מעהר ווי צוואנציג מענטשען, ער האט אויף מעהר ווי פופציג שאלות נישט געקענט ענטפערן אויף ״אף אחד״. ער האט גענומען מיין טעלפאן נומבער און געזאגט אז ער גייט מיך רופן א יעדען טאג פאר דרייסיג טעג און רעדן מיט מיר צום אייבערשטען פאר איין מינוט, סאיז שוין אריבער 12 טעג קיין שום פאון קאול נישט, אין פראנט פון מענטשען האט אים אזוי געפאסט צי זאגן, אבער ער זיכט נישט קיין קאסטומערס אזויווי מיר וואס זענען אויפגעקלערט, ער זוכט די טונא בייגלעך און איך בין ווי געזאגט א וועטשעטערין... :lol:

משטיינס געזאגט דו ביסט אריין דא אין א ויכוח מיט א מייסטער ריז וואס כל רז לא אניס ליה, און דער ברצלונה האט גאר באזיגט דעם רמב"ם.. ראשית כל, מוטה פראנק איז נישט פון די סארט מענטשן צו פירן ויכוחים מיט. ער איז פונקט גוט פאר די מענטשן וואס לויפן אים נאך. ער איז נישט קיין מיסיאנער, און מסתם האט ער נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן ווען ער האט דיך באגעגנט. והשנית, עס קען גאר זיין אז ער האט דיך דייקא יא באזיגט, נאר היות ער האט געזען אז מען האנדלט דא מיט א הארטע ניס, האט ער דיך געזאגט קיש אין טא*** רוף מיך מארגן נאכן קוגל. ווילאנג איך הער נישט דעם ויכוח איז כלא היה.


איך האב אים געטראפן ביי איינעם אינדערהיים און ער האט אנגעפאנגן צורעדן מיט מיר, יענער בעה״ב פון די הויז האט נאר געוואלט אז ער זאל רעדן מיט מיר, און טאמער זאגט ער קיש אין ת. נאכדעם וואס מ׳ענטפערט אים מיט באק ציינער איז ער טאקע א מייסטער ריז ווי דו רופסט אים. איך האב אים נישט געבעטן אז ער זאל מיך קלינגן, ער האט זיך אנגעטראגן אז ער וויל מיך רופן א יעדן טאג, איך זעה נאכנישט זיין גרויסקייט, דעס איז וויאזוי ער איז מפרנס זיין משפחה, ער פארקויפט גאט און חסידי ברסלב פאר א ליווינג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:06 am
דורך רויטע וואנצעס
.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:41 am
דורך כלבאשבוע
ר׳ מוטה פייערט איבער די מצב הישיבות

https://vimeo.com/185978618

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:49 am
דורך כלבאשבוע
שייגעץ אריין!

https://vimeo.com/185979889

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
זכיתי להיות שם באותה מעמד. די ווענט האבן געציטערט.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:20 pm
דורך יודישע שרייבער
[center]Sorry
This video does not exist.[/center]

:(
איינער האט עס אפשר?

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 12:48 am
דורך לבי ובשרי
מעגליך איז זיך איינער מתנדב צו מאכן א שיינעם דאקומענטערי פון אלע חטאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט?

יישר כח למפרע

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 10:48 am
דורך חיים יואל
לבי ובשרי האט געשריבן:מעגליך איז זיך איינער מתנדב צו מאכן א שיינעם דאקומענטערי פון אלע חטאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט?

יישר כח למפרע

''מודעה ראשון בסדרה''..
דאס מיינט אז זיי פלאנירן נאך פאשקעווילן אויף אים, אבער ס'פעלט זיי געדאנקען.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 11:44 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 11:53 am
דורך [NAMELESS]
אז מ'גוגל'ט טרעפט מען (צומאל)... ער איז א גנב אויך...

http://breslevemet.net/2018/01/%D7%91%D ... 97-%D7%95/

כ'ווייס נישט צו עס איז אמת אבער פראנק איז מיר קיינמאל נישט געפאלן...

בילד

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 12:57 pm
דורך לבי ובשרי
די אלע שטותים וואס שטייט אויפן אינטערנעט איז כרוך מיט נגיעות און ברסלב'ע מחלוקת.

אבער טייל פון די טענות אינעם פאשקעוויל איז יש דברים בגו און איז א שטארקע מיינעס פאר מוטה.

געוויסע זאכן וואס ער טוט אינעם פארעפנטליכקייט איז א בושה און א חרפה פאר א משפיע וואס האט מענטשן וואס זענען סרים למשמעותו.

א משפיע האט אן אחריות און ער דארף היטן וואס ער זאגט, פאוסט און טוט.

Re: הרב מוטה פראנק

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 8:35 pm
דורך משהה פרידמן
בעיני ראיתי ווי ער גייט אריין מיט זיין ווייב אין טיאטער איין מוצ"ש דא אין ירושלים.
נישט אז איך האלט קעגן דעם נאר ס'איז מיך געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי ער שעמט זיך בכלל נישט אריין צו גיין דארט.

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 8:53 pm
דורך חקרן
ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 10:04 pm
דורך קורקלענד
חקרן האט געשריבן:ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

וועלכע נאך עבירות מעג מען טוהן אויפן חשבון איינעם מחזיר בתשובה צו זיין?

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 10:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'נישט אז ער טוט עבירות, בכלל נישט, ער איז אן ערליכע איד. זיין פראבלעם איז אז ער רעדט זיך איין אז ער קען פייפן אויף די וועלט און די וועלט וועט נישט צוריקפייפן, אדער אפשר ווייסט ער גאנץ גוט נאר ס'גייט אים נישט אן. בין כך ובין כך זענען די מחאות א נאטורליכע רעאקציע פון די בהמות, נישט עפעס וואס מיט וואס אויפריכטיגע מענטשן דארפן זיך רעכענען.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 2:31 am
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

וועלכע נאך עבירות מעג מען טוהן אויפן חשבון איינעם מחזיר בתשובה צו זיין?


אפשר ווארפן שטיינער? מלבין זיין פני חבירו ברבים? פאשקווילען? לשון הרע?

כך נהוג במדינותינו. מה יעשה הבן שלא יחטא און מחזיר תשובה זיין אין טעאטער..

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 12:02 am
דורך לבי ובשרי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט אז ער טוט עבירות, בכלל נישט, ער איז אן ערליכע איד. זיין פראבלעם איז אז ער רעדט זיך איין אז ער קען פייפן אויף די וועלט און די וועלט וועט נישט צוריקפייפן, אדער אפשר ווייסט ער גאנץ גוט נאר ס'גייט אים נישט אן. בין כך ובין כך זענען די מחאות א נאטורליכע רעאקציע פון די בהמות, נישט עפעס וואס מיט וואס אויפריכטיגע מענטשן דארפן זיך רעכענען.

וואס האט פייפן אויף די וועלט מיט טון זאכן וואס אסאך האלטן פאר אומאויסגעהאלטן עפ"י תורה אדער פאסט נישט תורה'דיג (אויב די אויבנדערמאנטע רשימה איז אמת...)?

ס'איז נישט פשט אז ער טוט זאכן אין די עפנטליכקייט ואוס ער האלט אז ס'איז "נארמאל". די רעדע איז פון געוויסע זאכן וואס פאסט בכלל נישט פאר איינער וועלכער פאררופט זיך אלס משפיע.

נישט אז איך האלט אז ער טוט זאכן שלא עפ"י תורה, איך בין נישט דער וואס זאל מחליט זיין וואס עס איז עפ"י תורה און וואס נישט. אבער ווען מ'רעדט פון טיפיקל פרעמדקייטן, דארף ער, אלס משפיע נישט זיין אויף די ליסטע.