מזל טוב! 5000 לייקס!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לכבוד חברי השטיבל שיחיו...!
א גרויסן ייישר כח פאר די ווארעמע ברכות און גוטע וואונטשן וואס עטץ האטץ אויסגעדרוקט בפירוש וברמז, אויף מיין חשבון. ואני עונה כנגד המברכים...!
איך ווילל דא אויסקלארן עטליכע טעותים וואס א טייל פון די חכמי השטיבל ה' עליהם יחיו מאכן.
ערשטנס. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו איז ח"ו נישט מיין שונא. קיינמאל נישט געווען.ער איז געווען זייער שטארק אן אינטעליגענטער, געלערנטער מענטש און אן אויסערגעוויינליכער שרייבער, וועלכער האט געקענט ארויס ברענגען זיינע געדאנקען אויף פאפיר. און אלעס מיט די גרעסטע קפידא אויף די כללי הדיקדוק וה'גראמאטיק. סיי אין אידיש און סיי אין לשה"ק. איך האב זייער א סאך מקבל געווען פון איהם ברייטע ידיעות בהוויות העולם. פון היסטאריע און פאליטיק, וכו'. איך האב מעודי, כמעט נישט פארפעלט אדורכצוליינען דעם ..."דער איד"...מ'דאשקא ל'דאשקא א יעדע איינציגע וואך. אבער אין די זעלבע צייט האט ער מיר ארויפגעטריבן מיין בלוט-פרעשור, ליינענדיג א סאך מאל זיינע באהויפטונגען וועלכע זענען געווען אזוי שטארק נגד השכל. למשל ביי די עראפלאן היידזשעקינג אין ענטעבע, וואו די אידן זענען געווען אין א שרעקליכע סכנה פאר זייער לעבן. און די אנפיהרערס זענען געווען א דייטשע שגץ און א שיקסע. און די העלדישע צה"ל סאלדאטן האבן זיי דערשאסן די ערשטע. האט הרב ר' סענדער באוויינט די אקציע. און ר'האט אנגערופן די סאלדאטן אלס רוצחים. און אויסגעלויבט דעם דייטשן שייגעץ, ימ"ש. זאגנדיג אז זיי האבן איהם אומשולדיגערהייט אומגעברענגט. ווייל ער האט נישט געוואלט ח"ו שלעכטס טון פאר די אידן. ווען איך וואלט געווען צוגעטשעפעט צו א בלוט-פרעשור מאשין, וואלט די מאשין זיכער געפלאצט...!
די זעלבע איז מיין אפשאצונג איבער הרב מנשה פיליפ. וועלכער איז א גרויסער ת"ח און ידען במילי דעלמא. אבער ער זאגט א סאך מאל ארויס דיעות וועלכע זענען אזוי שטארק נגד השכל, אז איך האלט אז ער אליינס גלייבט נישט אין די זאכן וואס ער זאגט צו מאל. אבער איך האב אייביג שטארק אפגעשאצט זיינע ארטיקלען אין ..."די צייטונג"...! מיין פראבלעם איז געווען אז אידן ת"ח און געלונגענע מענטשן זאללן אויסדרוקן אבסורדע מיינונגען. און דאס נאך אנרופן בשם קנאות...!
ווידער. דער ..."הרב" ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער, וועלכער האלט זיך פאר א גאנצן ידען. ער קומט נישט צו צו די קרסולים פון די 2 אויבנדערמאנטע שרייבער. קודם, האט ער נישט קיין אמת'ע, גרונטליכע ידיעות אין אידישע היסטאריע/שיטה/פאליטיק. און זיין סטיל פון שרייבן אין ..."דער בלאט"... איז זייער פלאטאניש (באורינג, בלע"ז). ער שרייבט ווי גלייך א מלמד לערנט מיט א כיתה פון 5 יעריגע יונגעלעך. איך האב שוין כמה פעמים פרובירט צו ליינען זיינע שרייבעכץ אין דער בלאט. אבער, גלייך, אין דעם ערשטן פאראגראף ווייס איך שוין ווי אהין דער קאלום ציעלט. און. ועל כולם. ער זאגט נישט קיין ממשות'דיגע זאכן. הן לטוב ולמוטב...! די אונטערשטע שורה איז. אז איך האב גרויס רעספעקט פאר ר' סענדר דייטש ז"ל און להבחל"ח פאר ר' מנשה פיליפ...!
פארשפארט