בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 7:59 pm
דורך יאיר
אחד העם, דו פרעגסט גוט, און מען דארף טאקע פונקטליך מגדיר זיין ביז וויפיל די אייגענע אינטואיציע קען גיין און וויפיל הייסט שוין אז מען נארט זיך. אבער אין מיין משל האב איך דירעקט נישט געשריבן אז איך גלייב אז מיין ווייב איז די שענסטע, ווייל דאס איז נישט אמת לכאורה, נאר אז זי איז צוציענד פאר מיר. דהיינו, פאר מיר האט זי די מערסטע חן וויבאלד זי האט א חשיבות ביי מיר. קיינער קען מיר נישט אפפרעגן אז מיין ווייב איז באמת נישט צוציענד פאר מיר, וויבאלד איך ווייס באמת אז פאר מיר איז זי חשוב. והוא הדין לגבי אמונה, איך שפיר אז גאט עקזיסטירט, ממילא קען מיר דאס קיינער נישט אפפרעגן. איך דארף נישט קיין לאגישע ראיה דערויף, און דערפאר איז נישט שייך קיין לאגישע פירכא. פונקט ווי איך דארף נישט קיין לאגישע ראיה אז אייז קרים איז גוט, וויבאלד איך שפיר אליין דעם גוטן טעם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 11:09 pm
דורך אחד העם
[tag]יאיר[/tag] איך הער וואס די זאגסט, אבער קודם כל אזוי ווי די זאגסט דארף מען גוט מגדיר די שיעור פון די אייגענע אינטואיציע, ווייל ווי איך פארשטיי איז דאס דער עיקר נושא צווישען א''פ.משא''כ להיפך, אולי קען מען דאס קלאר שטעלן טאקע נאר ע''י חקירה ויל''ע,
אבער כדי להבין דבריך על.בוריין, וואס מיינט דאס אז מען שפירט אז גאט עקזעסטירט? לאמיר נעמען טאקע דיין דוגמא, א ווייב, לכאורה, דאז אז די שפירסט אז זי איז פאר די מערסטע בחן'ט, איז שוין א צווייטע דרגה, דהיינו, האסט געהאט געוויסע הכרחים פון פריער, וואס דאס האט דיך באוואויגען אז זי איז בחן'ט ובכן איז דיין הרגש אז זי איז דאס מערסטע בחן'ט פאר דיר, וואס איך מיין צו זאגען איז, אז סאיז נישט שייך צו זאגען אויף עקסזעסטרינדע זאך אז איך שפיר אז עס עקסזעסטירט, נאך דעם וואס די האסט געזען אז עס עקזעסטירט קענסטו זאגען, אז דיין הרגש שפירט דאס אויך וכדומה, אבער עס דארף זיך לכאורה אנפאנגען פון א געוויסע הכרח

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 5:57 am
דורך יאיר
איך האב נישט געהאט קיין לאגישע הכרח צו זאגן אז מיין ווייב איז בא'חנ'ט נאר איך שפיר עס יעדן טאג. איך שפיר איר ליבשאפט צו מיר, איך זע איר געטריישאפט און עס ווערט נתעורר א חן אין מיינע אויגן (באלד וועט מען נאך דארפן אריינטראגן דעם אשכול אין מאחורי צוזאמען מיט שיר השירים :)). אזוי איז אויך מיט גאט. דאס וואס איך שפיר אז עס איז פארהאן העכערקייט אויף דער וועלט, און אז עס איז פארהאן א כח וואס איז דער שורש פון מאראל און פון די כוחות הטבע, דאס איז מיין איבערצייגונג אז עס איז דא א גאט וואס עקזיסטירט. איך דארף נישט קיין לאגישע ראיות.